אראומע #6, קאסטעמער סערוויס מהו?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2007 מאל

אראומע #6, קאסטעמער סערוויס מהו?

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

א גוטן, כ'האב פריער געקויפט דער בעקעלע, ס'למעשה נישט די גוטע סייז, כ'קען עס טוישן אויף דער סייז?
האסט א ריסיפט?
עעעם ניין, כ,האב עס קיינאל נישט באקומען, (חזיר האסט זיך געוואלט שפארן פאפיער)
סארי וועסט מיזן צירוק קומען ווען די מעמנזער איז דא.

32.45 איז יור טאטעל
אקעי, דא האסטו מיין קרעדיט קארטל, פליז דילווער צו מיר אין די היים
סארי מינונמעם דילווערי איז 35$.
אחחח, ווי וועל איך מיך אן אצה געבן עס אהיים צו שלעפן? כ'האב דא מיין טלית אין תפילין? שוין אקעי א ברירוה האב איך?
די געשעפטס מאן לאכט זיך אונטער כאכאכא, ער האט זיך געפאהרט אן ערך פון 2 דולר, יעצט דארף ער נישט שיקן די גוים צו מיך אין די היים

א גוטן כהאב א האלבע שעה צירוק באשטעלט פאר מיין חתן א ש"ס כ'קען טוישן צו א אנדערע קאלער?
סארי כ'האב שוין דורך געלייגט די ארדער, פאר נאך 30 טולר קען איך קענסעלען די אלטע ארדער אין לייגן א נייע, (ב"ש כמו שכתוב)

כ'קען צו שרייבען נאך טויזענט מעשיות וואס געזעהט טעגליך אין די היימישע גאסן

היוצא לנו מכל זה.
פאר א טיפוש מיט די נאקעדיגע אויגן זעהט אויס די געשעפט'ס מאן א געווינער, ער האט זיך געשפארט געלט אין צייט,
להווי ידיעה "לא" מיט א ריזיגע "אלף"

די מיינסט ביסט די אייציגסטע גראסערי אין שטאט? ס'דא 60 פיס אוועק פון דיר ממזרח ומעריב צפון ומים נאך א גראסערי, אויף יעדער בלאק איז היינט דא לכה"פ איינס.
ליימענע גולם, אפשר יעצט האסטו געשפארט א דולר אבער יענער קאסטומער גייט אוועק פאר גוד, קענסט זאגן קדיש אויף עיהם, אין דורך דעים האסטו זיך געשאסן אין די פיס, האסט פארלוירען אסאך אסאך מער ווי די האסט יעצט פארדינט.
נ.ב. קענסט לכאורה פארגעסן ער זאל דא צאלן זיין בעלענס.

אז א בר מצווה בחור גייט אריין אין געשעפט אין זיכט א תפילין בייטל, די געשעפסט מאן מאכט זיך באטאמט אין איז מסביר דער האט קריסטעלס אין דער האט דיימאנס מ'קען מאכן די נאמען אזוי אדער אזוי, ער האט געגעבן צען מינוט פון זיין "טייערע" צייט פאר א ראציגע בחור קאסטומער וואס גייט סייווי קויפן ביי עיהם, אבער דער בחור קומט צירוק אין חדר ווי א גאנצע מבין אין עפענט א מויל וועגן די געשעפט, דאס גייט ווי ווילד פייער, די אנדערע בחור וויל אויך וויסען אז ער קען לייגן זיין נאמען אזוי אין אזוי.

אז א כלה גייט קויפן פארניטשער, קענסט באשמירען די ווענט פון דיין געשעפט מיט ריין גאלד קענסטו זי געבן טיי אין קאווע מיט מזונות מיט מתנות, טאמער קארגסטו אויף קאסטאמער סערוויס ביסטו א פארלוינער
שטערן'ס פארניטשור געשעפט אויף 53 אין נאו יוטריקט פארקויפט צען מאך די פארניטשור פון עני אנדערע געשעפט, וויסט פארוואס? פאר איין סיבה, ער האט גוטע קאסטומער סערוויס, אז איינער רופט אז עפעס האט זיך צובראכן קומט ער אריבער אין ברענגט א נייע אדער פארעכט וגו'. בעת ער ]ארקויפט די זעלבע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ווי אלע אנדערע

לפע"ד הערטס אויף אינוועסטן אין שיינע עדד'ס מיט באלאנען וגו' די וויכטיגסטע זאך איז קאסטומער סערוויס.

איך בין געווען לעטצענס קויפן אפאר קעכער (kitchens) וואס כ'האב געדארפט קויפן אפאר שטיק די זעלבע,
איך קום אריין אין א נישט ידישע געשעפט, באשמירט מיט הערליכע פעינטינגס, שיינע מאגעזינען, רידעג בענקלעך, שמעקט פיין, אויסגעפיצטע נקיבות גרייט צו באדינען, ס'מיר געפאלן די ערשטע רגע. למעשה האבן זיי מיך געשטופט אויף א געוויסע קאך, ווייל דארט מאכן זיי די מערסטר געלט. כ'האב אריין געקוקט דערין אין כמעט געגאנגען פאר די דיעל.

פארן באשטעלן האט מיך איינער שטאראק גערראטן כ'זאל אויסטשעקן א צווייטע געשעפט, א אלטע בעיסמענט א אלטע גוי, סארחעט אוועק, ניצט נישט אפי קיין קאמפיוטער, (א נפק"מ פון G&G ביז KESSER CLOTHINGׂׂׂׂ) אבער ער האט פארמאגט קאסטומער סערוויס. א ווערענטי, געווען גרייט צו נעמען קאפ וויי, געווען גרייט צו רעדן אויפן טעלעפאון ביינאכט.

וואס מיינט איר? כ'האב באשטעלט דארט אלץ אין געס וואט? כ'דארף יעצט נאך א שימפענט אין כ'גיי צירוק אין חוץ מזה האב איך שוין געשיקט אהין כמה מענטשן.
נו, ווער איז ארויס א געווינער?
דער וואס כ'האב געהאט א פיינע קאווע אין שטעלט צו מזונות אין זונות? אדער דעס וואס האט באקומען פון מיך א ריזיגע ארדער, אין כ'האב שוין אהין געשיקט נייע קאסטעמערס??\
איינער פון די סיבות עמעזאן איז אזוי שטארק מצליח, ווייל זיי שטעלן א טאון אז די קאסטעמער איז אייביג גערעכט.

די זעלבע מיט א קאר ליסינג, פארמעסי, קלינערס, ז'ודעיקע, הארדווער די ליסט איז ענדליסט.
עטץ האטס אלע גרויס קאמפעטישן, האסט שתי ברירות בדבר, אדער יעצט שפארן א משהו קאפ ווי אין אפשר אויך א פיפציגע ביי די זייט, אדער האסטו א סאליד קאסטומער אין די הענט וואס איז צופרידען פון דיר אין גייט רעדן וועגען דיר ווען מ'פרעגט עיהם, אין מגייט עיהם פרעגן?
נו וועלכע וועילסטו אויס?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטילע אינגערמאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר