ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הרה"ג ר' משה וואלפסאן שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2513
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 5049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3289 מאל

ויאמינו בה' ובמשה עבדו - הרה"ג ר' משה וואלפסאן שליט"א

שליחה דורך יין שרף »

[justify]אויב גייט איר אויפן זעכצענטע עוועניו אין בארא פארק, און איר הערט קולות פן א בנין, אויב ביז א האלבע שעה זענען די קולות פאראיבער זענט איר נעבן סטאלין, אבער אויב נעמט עס אפאר שעה דאן זענט איר ווארשיינלעך ביי ביהמ"ד "אמונת ישראל"!
(און אויב איז עס אינמיטן נאכט קען עס גאר זיין פון דא...)


די קהילה וואס איז מיוסד געווארן דורך הרה"ג רבי משה וואלפסאן שליט"א, צו לייגן א דגוש מיוחד אויפן עבודת התפילה בכמות ובאיכות. אזש מען ציעט דארט א יעדן תפילה כמעט דאפעלט אזוי לאנג ווי סיי וועלכע סטענדערט ביהמ"ד. ווי אויך בקולי קולות יחדלון, אזוי ווי אין קארלין, נאר אין די צייט וואס אין קארלין האט מען געדאווענט זייער שנעל, האט ער מקבל געווען זייער דרך נאר למחצה, און אין "אמונת ישראל" דאווענט מען גאר גאר שטייט.
און א שמועס וואס ער האט געהאט דערוועגן מיט אדמו"ר מסטולין-קארלין, האט די סטאלינע רבי אים געזאגט אז אין סטולין דאווענט מען שנעל, משל למה הדבר דומה צו א וואגען וואס די שטן וויל זיך ארויפכאפן דעראויף, דערפאר פארט מען אוועק שנעל, האט אים רבי משה גענפערט אז ביי אונז דאווענט מען שטייט, ווייל די שטן איז שוין לאנג ארויף אויפן וואגען, "אראפ צו שטופן נעמט שוין לענגער"...

אוי שוין פארפארן, לאמיר צוריקגיין צו ר' משה'ס ביאו.

באדר נולד מש"ה
הרה"ג רבי משה שליט"א איז געבוירן געווארן צו זיינע עלטערן שמואל יהודה וואלפסאהן און יאר תרפ"ו (1926) לפ"ק, דא אין ניו יארק.
אין חדר און אזוי אויך אין ישיבה איז ער געגאנגען אין די בארימטע ישיבה "תורה ודעת" וואו ער האט געלערנט ביי ר' שרגא פייוול מענדעלאוויטש, רבי גדליה שאר און הרב יעקב קאמינעצקי זצ"ל.
ער איז א איידעם ביי שפיצער פון בארא פארק, אויך איז דארט א איידעם הרב ברעסלויער פון מאנסי, רב דביהמ"ד בית תפילה.

ביי די 23 יאר, י' סיון תש"ט לפ"ק (JUN 7, 1949) האט ער (מיט נאך 40 תלמידים) באקומען זיין "כתב סמיכה" און "כתר רבנות" פון זיינע ראשי ישיבות און רבנים ביי א גרויסע מעמד ״חג הסמיכה״ וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר, ברוב עם, אין וויליאמסבורג.

ויקרב מש"ה
פון א ריכטיג אמעריקאנער בחור'ל איז ער איז מקורב געווארן צו חסידות דורך זיין רבי און מורה דרך רבי גדליה שאר זצ"ל. און זייט דעמאלס פלעגט ער גיין צו אסאך חסידישע הויפן און מקבל געווען גאר אסאך תורה וחסידות פון די חסידישע אדמורי"ם ורבנים ווי ער האט געהאט א שטארקע קירבות. ער פלעגט זיך אסאך ווייקן אין סאטמאר ביים "דברי יואל" און פון דארט גיין קיין ליובאוויטש... פון ווי ער האט אסאך פערזענליכע מעשיות און אליין ביי-געוואוינטע מופסים פון די רבי מהרמ"מ זז"ג נב"מ. אויך פלעגט ער גיין אסאך קיין סקווירא ביי הרה״ק רבי יעקב יוסף זצוק"ל. און ביי די אלטע "תולדות אהרן" רבי, ווי ער איז דארט אויך נאנט געווארן -מיט יארן צוריק- צו כ"ק אדמו"ר מ"תולדות אברהם יצחק". הגם ער איז געווארן שטארט מקורב לחסידות, און איז בקי און אלע חסידישע ספרים, דאך האט ער זיך נישט אנגעטוהן א שטריימל...
היינט נאך וואס אלע זיינע רבי'ס זענען שוין אויסגעשטארבען... איז ער בעיקר דבוק אין סקווירא, ווי ער גייט פון מאל צו מאל וויילען פאר א שבת, פארשטייט זיך אז ווען ער פארט קיין סקווירא נעמט ער זיך מיט א ליקוטי מהר"ן, ווייל דארט וועט ער נישט האבן איינס...! ווי אויך איז ער זיך משתתף ביי די שמחות, ווי ער מיט הרה"ג ר' משה גרין שליט"א-מלפנים ראש ישיבת סקווירא, האבן די חזקה צו זיין די עדי קידושין ביי די סקווירא רבי'שע חתונות (ווען זיי זענען דארט). אזוי אויך גייט ער אסאך צום ציון פון אדמור"י הרה"ק ליובאוויטש זצ"ל. די לעצטע פאר יאר איז זיין מצב הבריאות אסאך שוואכער געווארן, אנגעפאנגן מיט א צובראכענע היפ, געפאלן, מיט די הארץ וכדו' האט ער אנגעפאנגען צו פליען קיין מיאמי צו דארט פארוויילן פאר די ווינטער טעג, האט ער זיך דארט פערזענליך באקענט מיט כ"ק אדמו"ר (מהרב"צ) מ'באבוב שליט"א, און האלט אן א זייער נאנטע קשר מיט אים און איז זיך משתתף ביי אסאך שמחות און טישן, און זייט דעמאלס ליגט אויף זיין טישל אין ביהמ"ד די באבוב'ע סידור "צלותיה דשלמה", חוץ פון זיין אלטע "סלאוויטע סידור" און וואס ער דאווענט אלע תפילות.

ויגדל מש"ה
געהאפט האט ער צו ווערן א זייגער מאכער וואס איז דאן געווען זייער א באקאנטע פאך, א פרנסה קלה ונקיה, אבער ווען זיין רבי האט דאס געהערט האט ער אים ארויסגעצווינגען פון די ביזנעס און געהייסן ווערן א מג"ש אין די ישיבה. זאגענדיג "דיין ארבייט איז צו פאריכטען נשמות און נישט זייגערס"! און אזוי ארום האט ער אנגעפאנגן זיין חינוך קאריער און מלמדות, ביז ער איז געווארן די בארימטע "משגיח" פון די ישיבת ״תורה ודעת״, ווי ער האט אנגעפאנגן געבן שטארקע "אמונה שמועסן" וואס איז געווען א זאך וואס מען האט קיינמאל גערעדט דערפון און די ישיבות, ביז דעמאלס האט מען נאר גערעדט פון תורה און מוסר... און ווי אסאך תלמידים געבן איבער אז זייער אמונה בה' איז נאר אים צו פארדאנקן! ווי אויך אסאך וואס האבן געהאט ספיקות און אמונה אבער האבן זיך געשעמט צו פרעגן, האט ער ברוב חכמתו מעמיד געווען על ישראל אמונה בהשי"ת, אזוי ארום האט ער טאקע מתקן געווען נשמות כצוותו עליו.

ויבן מש"ה
יארן שפעטער האט ער מייסד געווען זיין ביהמ"ד אין בארא פארק, מיטן נאמען "אמונת ישראל". דאן נאך אין א בעיסמענט, יעדע פאר ווואכן און א צווייטע.. די מתפללים זענען בעיקר באשטאנען פון יוצאי ישיבת תורה ודעת, עכטע ליטוואקס, וואס נאכן ארויסגיין פון ישיבה האבן זיי אנגעהאלטן א נאנטע קשר מיט אים. אבער אזוי ווי ער איז דאך נתקרב געווארן צו חסידות, האט ער אנגעפאנגען אריינצולייגן אין זיי די חסידישע ברען (אן די משוגעת'ן..) ביז עס איז געווארן היינט זענען די ליטווישע בטל בשישים...
און אזוי ווי רוב מתפללים זענען געווען זיינע תלמידים פון פריער, האט מען אים גערופן "משגיח" אנשטאט רב, אזוי ווי מען האט אים גערופן אין ישיבה, און ביז היינט איז עס אזוי געבליבן...
היינט איז זיין קהילה א צוזאמשטעל פון פיל מינגארטיגע ברואים, פארפרומטע סאטמארע האנט ביי האנט מיט ליובאוויטשע, בעלזא מיט שווארצע זאקן און באבוב׳ע מיט ווייסע, סטולינע מיט סקווירא, און אזוי אויך אפאר ליטאים... פארשטייט זיך אז עס האט זיך געפארעמט דערפון א נייע סארט בריאה, א מישמאש פון אלעס, וואס רופט זיך "מאני'ס" זיין אייגענע סארט פרי...
(עס איז א שפאט נאמען צו זיי ע"ש אמונת ישראל=מאני. די ביהיינד סטארי איז אז אין די ס'1960 איז געווען אזא קריסטליכע "קולט" אין נוי יארק סיטי וואס האבן זיך גערופן די "מאני'ס", און צו זיין מזל האט ער פונקט דאן אנגעפאנגען זיין מאוומענט...)

די ביהמ"ד איז א לאנגע צייט געווען ביי 15-45. ווען מען האט געוואלט בויען א נייע ביהמ"ד, האט ער בשום אופן נישט געלאזט אריינגיין אין חובות דערפאר, ביז די גאנצע געלט איז נתנדב געווארן, און די ביהמ"ד איז אויפגעבויט געווארן אויף 16 צווישן 43-44. ער אליין פלעגט וואוינען אויף די איין אין פערציגסטע גאס און צו-וואקן די פאר מינוט, ביז איין יאר ווען ער איז געווען אין ארה"ק אין די זוממער, האט מען אים געקויפט און אויפגעבויט א הויז לעבן די ביהמ"ד מיט א מקוה ביי אים אינדערהיים, מיט א טיר פון ביהמ"ד צו זיין אויפנאם שטוב אינדערהיים, אזוי נישט צו דארפן ארויסגיין אינדרויסן כדאי צו גיין אין ביהמ"ד. ווען ער איז צוריקגעקומען פון ארץ ישראל האט מען אים פשוט מודיע געווען אז ער האט געמופט... זאגט מיר איינער וואס האט געהאלפן אריבערברענגען אלע זיינע חפצים פון זיין אלטע הויז צום נייעם דירה, אז די חיי עוני וואס ער האט געלעבט איז אין לשער, ווי למשל פאר א טעפל האט מען גענוצט א קאנטעינער אד"ג, אבער פון אינדרויסן האט ער אלץ געלעבט פריילעך מיט א שמייכל. ווען מען האט אים אריבער געמופט צום נייעם דירה האט מען אים שוין געקויפט אלע נייע כלים און אפלייענס ווי עס פאסט זיך פאר א משפיע און מנהיג ישראל.
-------------------------------------------------------------------

ויתפלל מש"ה
זיין עבודת התפילה איז עד להפלא, הגם ער דאווענט פאר זיך און שרייט נישט בקול רם, דאווענט ער במתינות א יעדעס ווארט, שטייענדיג אויף איין פלאץ ממש! ממש אויף די זעלבע פוסטריט א יעדן איינציגסטן טאג! זיך שאקעלדיג שטייטערהייט אויפן זעלבן ריטעם. הגם ער איז שוין נישט קיין אינגערמאן... שטייט ער נאך אלס די גאנצע הויכע שמו"ע, אינדערוואכן, שבת, און אזוי אויך די גאנצע הויעכע שמו"ע ימים נוראים!
אבער וואקן וואקט ער טאקע שוין נאר מיט א שטעקן, כאטש נישט קיין זילבערנע... זיך אנליינענדיג אויף צוויי גבאים משום אפס כח און וועגן זיין באלאנס, אבער ער טאנצט נאך אביסל אנפאנג הקפות, און דערנאך מאכט ער די עולם לעבעדיג און זיי שפרינגען! פון גאנץ בארא פארק קומען מענטשען דארט טאנצן הקפות, ספעציעל פון די חצרות ווי מען פאנגט אן די צווייטע נאכט זייער שפעט.
הגם און אנפאנג האבן געוויסע מענטשען שטארק נישט געוואלט אז עס זאלן זיין פארענטשעס משום חשש חסידות... ;) אבער משום אפס מקום האט הר"ר בערל פונק אליין געקויפט די ערשטע פארענטשע, און אזוי ווי עס האט זיך אויסגעפעלט צוויי האט די ביהמ"ד אליין געדארפט צוקויפן די צווייטע...
די פארענטשעס נוצט מען נאר ביי "שבת אחים" (אזוי ווערט דארט די באטע אנגערופן) אמאל פלעגט עס זיין ביי איינעם אינדערהיים, יעדע וואך ביי א צווייטען, משרבו החסידים התקינו אז עס איז אין ווייבער שוהל פון ביהמ"ד, מיט אפאר שטאקעדיגע פארענטשעס פון ביידע זייטן! אבער די לעצטע שיינע פאר יאר נוצט מען די פארענטשעס אויך אין ביהמ"ד, צוויי מאל א יאר, פורים און שמחת תורה...
----------------------------------------

אז ישיר מש"ה
די "משגיח" איז זייער שטארק מיט זיין כח הנגינה (הגם ער קען לכאורה נישט זינגען...), און נאך אסאך שטערקער מיט זיין אהבה פאר נגינה. סיי זיינע אייגענע קאמפאזיציעס וואס איז א געמיש פון אלטע פוילישע ניגונים דורכגעפלאכטן מיט מודז'יצע תניעות, סיי די אלטע פוילישע מארשן וואס ער דענקט נאך פון אלס קינד, וואס זיינע עלטערן האבן אים געלערנט אין זיין יוגענט. און טאקע פון זיינע אלטע זכרונות גראבט ער אויס א יעדע יאר א אלטע פוילישע מארש וואס ער לערנט אויס פאר די משוררים בחצרו, וואס מען זינגט יעדע יאר -א נייע מעלאדיע - ימים נוראים אויף "ויתיו".
אזוי אויך איז ער אויפגעוואקסן און זיך אסאך געדרייט מיט אלטע מודזיצע חסידים, פון ווי ער קען די אלע אלטע מודזיצע געדרייטע ניגונים.
ער האט א "פאלאסי" אז נאר א שיינע לעבעדיגע בעל תפילה מעג דאווענען פארן עמוד!, ווען א גאנץ נישט שיינע בעל תפילה איז געווען אין די יאר און געואלט דאווענען פארן עמוד, האט ער זיך אנגערופן "ער איז טאקע א חיוב צו דאווענען אבער אונז זענען נישט מחיוב אים צו הערן"... (פארשטייט זיך ער האט עס נישט געזאגט אויף א ספעציפישן מענטש). ווען איין אזא איד האט געדאווענט פארן עמוד און ער איז יעדע מאל פון פריש צופלאצט געווארן האט ער געזאגט פאר די גבאי אז "אין בעלזא דאווענט נישט א חיוב גאנץ חודש תשרי פארן עמוד, איך האב חשק עס צו איינפירן דא אויך!, וכך הוה, אבער דערנאך האט ער צוגערופן הרה"ג ר' ברוך בער אונגארישער שליט"א (א זוהן פון הרה"ג רבי דן זצ"ל, ראש ישיבת ביהמ"ד עליון און מאנסי. ער איז א שיינע בעל תפילה, נאך אלס אינגל האט ער געזינגען אויף די "פרחי" טעיפס) וואס איז אויך געווען און די יאר נאך זיין טאטע, און אים געזאגט "די תקנה האב איך געמאכט ווייל איך האב פשוט נישט געוואלט אז איינער זאל דא דאווענען פארן עמוד, אבער דו זאלסט גיין צו א צווייטע ביהמ"ד פאר חודש תשרי און יא דאווענען פארן עמוד, עס וועט זיין א כבוד פאר דיין טאטע"... פארשטייט זיך לשנה הבא האט מען נישט מחדש געווען נאכאמאל די תקנה...
ווי אויך איז ער נישט מקפיד אז איינער אין די יאר זאל נישט דאווענען שבת ויו"ט פארן עמוד, נאר אויב דאווענט ער שיין מעג ער...

ער איז זייער אקעגן מאכן "פורים אין ביהמ"ד" ביי מוסף פון שמחת תורה, איין יאר האט ער אפילו געגעבן א שמועס נאכן הקפות אז "עס זאל כאטש זיין איין פלאץ ווי מען דאווענט נארמאל מוסף", און איין יאר איז ער אליין צוגעגאנגען צו מוסף הגם ער גייט קיינמאל צו צום עמוד, זאגענדיג אז "די גרעסטע דזשאוק וועט זיין אויב גיי איך צו צום עמוד"...

קיין אפעציעלע נוסח התפילה איז נישט דא דארט, נישט מיט קיין ניגון/נוסח און נישט מיט קיין ווערטער/נוסח. נאר יעדע בעל תפילה דאווענט וויאזוי ער וויל, א סטולינער בעל תפילה דאווענט נוסח סטולין און א וויזניצער דאווענט נוסח וויזניץ. נאר פון מאל צו מאל איז ער מוחה נאכן דאווענען אויף א געוויסע נוסח וואס געפעלט אים נישט, אז מ'זאל עס נישט אפעציעל אדאפטירן אין זיין ביהמ"ד.
ווען מען האט אים אמאל געזאגט געוויסע טענות אויף א בעל תפילה אז ער האט פארטוישט פונעם אפעציעלע נוסח וואס מען דאווענט אין ביהמ"ד האט ער זיך אנגערופן "ווילאנג איך בין דא וועט קיין מנהג נישט זיין!!"
צומאל מאכט ער יא געווויסע שינוים ביים דאווענען ווי למשל יוה"כ שחל בשב"ק האט מען קיינמאל געזאגט מזמור לדוד ביים דאווענען, אבער ע"פ קבלה זאגט מען יא, ממילא האט ער לעצטענס איינגעפירט יא צו זאגען. מיסודו האט ער נישט עכט געוואלט אז מען זאל זאגען יוצרות און ביהמ"ד ווייל ער איז דאך א פוילישער... נאר וויבאלד די בעלי תפילות האבן שוין אנגעפאנגען זאגען האט ער זיי נישט געשטערט, אבער אזוי סאך יא אז ער גייט אריין אין זיין שטוב אין ביהמ"ד מיט א גמרא, און ביי קדושה קומט ער צוריק ארויס...
אויך שניידט מען ארויס פילע שטיקלעך יוצרות דארט, ספעציעל אום ימים נוראים ווען א האלבע מחזור לאזט מען אויס...( דאנט ווארי די דאווענען נעמט נישט שנעלער אזוי...) אזוי אויך שרייט מען אזעלכע קולות דארט אז קיינער קען ניטאמאל חלומ'ען דארט ממילא זאגט מען נישט קיין רבש"ע חלום חלמתי ביים דוכענען...
------------------------------

תורה צוה לנו מש"ה
גאר אסאך איז ער עוסק אין טיפזיניגע ספרי יסוד, חסידות, וקבלה, ווי זוהר הק', כתבי אריז"ל, תניא, ספרי רבי צדוק, מהר"ל, און ספרי גוגולים, וואס אויף א געמיש פון דעם איז געבויט אסאך פון זיינע תורות און שיעורים. ער איז א שיינע בעל דרשן און מורא'דיגע בעל מחדש, ווי אויך זאגט ער פלאי-פלאים'דיגע גימטריאות. אסאך פון זיינע שיעורים זענען דא אויף יוטוב. זיינע תורות בעיקר של"ס וואס ער זאגט אזוי הארציג אין א טונקעלע ביהמ"ד זיצענדיג אויף א סטעידש, מיט א קליינע ווייסע ספאט-לייט שיינענדיג אויף אים... איז געדרוקט אין זיינע ספרים "אמונת עתיך". זיין פירוש אויפן ספר התניא מיטן נאמען ליקוטי אורות, איז פון זיינע שיעורים און ביאורים וואס ער האט זיך געוואגט צו געבן אין א ליטווישע ישיבה... ווי אויך איז לעצטענס ארויסגעקומען לאור עולם א ספר, א ליקוט פון זיינע מאמרים בענין התפילה מיטן נאמען "ואני תפילה". אויך איז דא ספרים פון אים אין ענגליש ווי Wellsprings of Faith , Service of the Heart און נאך.

רבי משה פאר זיך איז זייער א געלערנטע מענטש, ס'איז ניכר פון זיינע שיעורים אז ער האט געלערנט עוועלוציע, פיזיקס, סייענס, און נאך אסאך חכמות חיצונית. (ביי איינע פון זיינע אמונה-שיעורים און ענגליש דערמאנט ער אז אמאל האבן די ענגליש קלאסן אין ישיבת תורה ודעת נישט געהאט קיין געהעריגע אויפזיכט פון די מנהלים וכדו', און די טיטשערס -עפ"ר נישט אידישע- האבן געלערנט מיט די קינדער כל מה שלבם חפץ, אבער היינט איז עס שוין רעגולירט און אסאך בעסער...)
אלס תלמיד וואס האט געלערנט עוועלוציע, דעמאנט ער אסאך מאל אז עס איז נגד התורה והאמונה אזוי צו גלייבן, און אפילו ע"פ תורה שבכתב פארשטייען מיר נישט פונקליך ווי אזוי די "בראשית ברא אלקים" שטימט, איז די ענטפער דערפאר נישט עוועלוציע, ווייל זיי אליין טוישן זייער טעאריעס כסדר... און אלס בקי בספרי הזוהר וקבלה זאגט ער אז דארט שטייען די אלע סודות הבריאה, און ווער עס לערנט עס פון דארט האט נישט קיין שום קשיות.
------------------------------------

נתאוה מש"ה ליכנס לארץ ישראל
ברייט באקאנט איז ער מיט זיין פלאם פייערדיגע אהבה צו ארץ ישראל, רעדענדיג כסדר מיט געגועים צו ירושלים און די בית המקדש. פון די גאולה און משיח. פאר יארן לאנג האט ער "עולה רגל" געווען יעדע זומער פאר 2 חדשים, ווי ער האט פארבראכט אין ירושלים, ווי ער פלעגט דאווענען ביים כותל, און פירן לאנגע של"ס אויף א דאך אונטער פרייעם הימל אין אלט-שטאט... ממש א גאנץ יאר פלעגט ער לעבן פון די ארץ ישראל'דיגע באזוך! עס איז דא א ליקוט פון זיינע מאמרים מיטן נאמען "ציון ועריה" בענין חביבות ארץ ישראל, מעלת קדושת א"י, און סגולת ארץ ישראל.

פאר די לעצטע פורים משולש האט ער געבעטן אפאר מאל ביי זיינע שיעורים אז אלע זיינע חסידים זאלן פארן קיין ארה"ק איש וביתו, וויבאלד עס וועט מער נישט זיין פאר איבער צוואנציג יאר. ווען הרב נ.ג. האט אים געזאגט אז ער האט נישט קיין געלט האט ער גענפערט לוו עלי ואני פורע. האט ער געקויפט טיקעטס פאר זיין גאנצע משפחה, די סך הכל איז עס אים אויסגעקומען פינעף טויזענט דאללער. גלייך פאר ער איז ארויסגעפארן צום עירפארט האט ער באקומען א רוף פון א מוסד אז ער האט געוואונען זייער ראפפעל. פון וויפעל? פינעף טויזענט דאללער!

הגם ער פארופט זיך אלס "סאטמאר'ע חסיד" האט ער זיך אמאל אויסגעדרוקט "איך בין א הייסע סאטמאר'ע חסיד... אויסער מיט די שיטה... ווען א תלמיד זיינער האט אים געפרעגט אויב מעג ער נעמען די תמיכה געלטער פון די מדינה, האט ער גענפערט אז עס איז ממון הפקר...
ער האט געגעבן זייער זייער א ווארימע הספד אויפן דברי יואל לאחר מיתתו פון כמעט א 90 מינוט, און ווי נאכגעהערט פון סאטמארע חסידים אז דאס איז געווען די שטערקסטע הספד אויפן דברי יואל!
------------------------------------

ויבאו אל מש"ה
די הויעכפונקט פונעם יאר איז לכאורה חודש תשרי, ווען זיינע תלמידים און חסידים קומען צו פארן פון איבער די גארער וועלט צו פארוויילן ביי אים, געוויסע קומען נאר פאר ראש השנה אדער יוה"כ, און געוויסע בלייבן ביז נאך שמחת תורה, א געוויסע משפחה פון ארץ ישראל קומט שוין יארן מיט אלע זיינע קינדער (גראדע אסאך..) פון שבת פאר א' סליחות ביז נאך שבת בראשית! עס איז אפילו דא א "וועד להכנסת אורחים" וואס שטעלן צו פאר ווער עס וויל אש"ל מלא איבערן גאנצן יאר. הרה"ג ר' שלמה לעזער שליט"א מנהל ישיבת שערי יושר? האט כמעט יעדע וואך צענדליגע געסט ביי זיין שבת טיש, בחורים פון אויסערן שטאט, און קאפעלס מיט קינדער, וואס קומען זיך מסתופף זיין בצילא קדישא פונעם משגיח. זיצען פארקויפט מען נאר פאר ימים נוראים, און א יעדעס יאר וואקס די ציפער. איבער טויזענט זיצן זענען פארנוצט געווארן די יאר יום כיפור תשע"ה. רוב ימים טובים בלייבט ניטאמאל איבער מנין אין די שטיבל אין מאנסי און אין לעיקוואד וויבאלד רוב עולם פארט אריין צו אים.

ווען איין שבת בראשית האט די משגיח שטארק געהאט חשק צו האבן געסט ביי זיין שבת סעודה, האט ער געבעטן פון הגר"ש לעזער אים צו שיקן צוויי בחורים, די בחורים געבן איבער אז די גאנצע סעודה רעדט די משגיח נישט אויס קיין איין ווארט חוץ פון דברי תורה ודברי חיזוק בענין גדולת מעלת יהודי און חשיבות פון יעדע קליינע דבר טוב וכדו', וואס האט זיך געגאסן אן אויפהער די גאנצע צייט. ערשט נאכן בענטשען האט זיי די משגיח געפרעגט מיט זיין באקאנטן גרויסן שמייכל "וואו לערענסטו"? און אנגעהויבן שמועסען מיט זיי.

אסאך באקאנטע מענטשען דאווענען אין "אמונת ישראל" ווי הר"ר פישל שעכטער, הר"ר לייבוש לאנגער, הר"ר יונתן שווארץ, און הרבני הנגיד ר' יחזקאל קויפטייל, מהבעלי בתים פון גארמעי גלאט און עווערגרין און מאנסי. הר"ר יחזקאל האט טאקע מנדב געווען די בנין ווי די ביהמ"ד איז יעצט אויף די זעכצענטע גאס, און די ביהמ"ד הייסט על שם זקינו (ועל שמו...) בנין "משכן יחזקאל".
טאקע הוא הגבר וואס לאזט זיך קאסטן שווערע טויזענטערס פארן קיום פון די ביהמ"ד, און די פארגאנגענע שמחת תורה אליינס האט ער געקויפט עליות פאר בערך פינעף און צוואנציג טויזענט דאללער! שמחת תורה ביינאכט האט ער מכבד געווען די "משגיח" מיט א איבער צען טויזענט דאללערדיגע עליה! ער'ט אויך געקויפט חתן תורה וואס ער אליינס האט עולה געווען. די משגיח האט עולה געווען "חתן בראשית" אזוי ווי יאר יערליך.
אמאל פלעגט מען נאך פארקויפן די עליות פארן משגיח, און אויסרופן למשל "פינעף טויזענט חתן בראשית פארן משגיח" אבער ווי נאר איינמאל ער האט עס איינמאל געהערט האט ער געזאגט "אויב פארקויפט מען עס איז עס יענעמס, פארוואס זאל יענער עס מיר מוזן געבן?" אויב די קהילה וויל מיר דוקא געבן אן עליה זאל מען עס נישט פארקויפן, וכן נהגו אחריו.
-------------------------------------

וילך מש"ה
אזוי ווי "אמונת ישראל " איז מיט די יארן שוין געווארן א געהעריגע קהילה, מיט א חלקה אין ביה"ח וכדו', ווי אויך פארמאגט ער שוין "אמונת ישראל" שטיבלעך און ירושלים, ביתר, מאנסי, און לעיקוואד און נאך, אויך א באקאנטע חבורה בחורים אין ארץ ישראל. ליידט ער אביסל פרעשור פון די גבאים אז מען דארף זיך צו שטעלן אביסל דיפלאמאטיש מיט אנדערע קהילות וחסידות, ווי למשל גיין באזוכן רבנים וכדו'. איין אדמו"ר וואס ער קען שוין יארן און ער גייט אים כסדר באזוכן, אבער זיין ברודער האט נישט דארט געוואוינט ממילא האט ער אים קיינמאל געקענט, אבער די גבאים האבן אסאך פארפירט אז ער מוז יענעם אויך גיין באזוכן פאר פארשידענע פארשטענליכע סיבות, האט ער געזאגט "איך קען אים נישט און ער נישט מיר, פארוואס זאל איך גיין"? אבער פארשטייט זיך אז ער האט נאכגעגעבן און געגאנגען.
ווען ער האט באזוכט ביי אדמו"ר מבעלזא שליט"א, נאכן אויפבוי פון זיין ביהמ"ד הגדול אין ירושלים, האט די בעלזא רב כדרכו אים ארומגענומען ווייזן די נייע ריזן בנין אזוי ווי ער האט געטוהן דעמאלס צו אלע רבנים, און צוגעוויזן די גאנצע צייט "די טיר פירט צו די היכל" און "די טיר איז די חדר" וכדו', רבי משה האט נישט געהאט צופיל נערווען דערפאר האט ער געפרעגט "און ווי איז די טיר וואס פירט אויף ארויס"...? די חידוש פון די מעשה איז אז בעלזא רב איז אים נאך אלץ מכבד...
----------------------------------------------

כי סמך מש"ה
אזוי ווי ער איז אלט געווארן האט ער אנגעהויבן טראכטן פון א ממלא ממקום, און אנהויב האט ער געוואלט אז עווענטועל זאל זיין איידעם הרה"ג ר' יעקב עקיבא מאשינסקי זצ"ל אים איבערנעמען, אבער ער איז אוועק אפאר יאר צוריק נאכן זיך מוטשען בערך צוויי יאר מיט יענע מחלה רח"ל. ממילא איז גארנישט געווארן דערפון. מיט א צייט צוריק האט ער אויפגענומען זיין אייניקל הרה"ג ר' שמואל יודא זילבער בן חתנו הרה"ג ר' מאטל זילבער מסטוטשין, אלס דומ"ץ ומורה הוראה פון די קהילה אין בארא פארק. (זעהט אויס ער האט געוואלט עפעס זאל דארט בלייבן פון זיין משפחה)
------------------------------------------------

וידבר מש"ה
ווען ער האט פארוויילט אין ארה"ק אין די זוממער, איז איינער פון זיין משפחה ל"ע קראנק געווארן, איז ער אריין צו די "חורבה" פון די רוזינ'ע רבי'ס, און געליינט קריאת שמע שעל המיטה דארט, איבער א שעה האט עס אים גענומען, און ביי די פסוק לב נשבר ונדכה אלקים לא תבזה האט ער זיך זייער שטארק צו וויינט און איבערגעזאגט די פסוק אפאר מאל. ווען ער איז צוריקגעקומען קיין נוי יארק איז ער געגאנגען שלום נעמען פון לובאוויטשע רבי, און מזכיר געווען זיין בן משפחה האט אים די רבי גענפערט " די אייבישטער וועט העלפן אין זכות פון דיין תפילה, לב נשבר ונדכה אלקים לא תבזה"! רבי משה האט זייער מפליא געווען די ברכה ווייל קיין ילוד אשה איז נישט דארט געווען ביים חורבה ווען ער האט געליינט קריא"ש.

מיט יארן צוריק האט ער איין יאר געטראכט צו זיך, אז ווען ער גייט קיין ארץ ישראל, קוים פאר צוויי חדשים, רופט מען אים צו פילע ישיבות און כוללים צו געבן דרשות, ממילא האט ער כמעט נישט קיין צייט פאר זיך צו עוסק זיין בתורה, האט ער מחליט געווען ביי זיך נישט צו אנעמען קיין שום דרשה יענע יאר. אבער ער האט קיינעם געזאגט זיין החלטה. פאר ער איז אפגעפלויגן קיין ישראל, ווען ער איז אריין צו לובאוויטשע רבי זיך געזעגענען, האט אים די רבי געגעבן נאך א דאללער און געזאגט "אז חוץ פון די צדקה וואס דו וועסט דארט געבן בפה, זאלסטו דאס אויך געבן פאר צדקה בפועל"!!! ער איז אריין יעדע יאר צום רבי'ן זיך געזעגענען און נעמען שלום, און קיינמאל האט די רבי דערמאנט זיין ארומפארן האלטן דרשות!

ווען מיט לאנגע יארן צוריק האט ער געליטן א מיחוש אויפן הארץ און די דאקטוירים האבן אים געוואלט אפערירן, איז ער געגאנגען נעמען א ברכה פון לובאוויטשע רבי, האט אים די רבי געזאגט, אז א איד וואס איז מחזק אנדער אידן'ס הערצער דארף האבן א שטארקע הארץ און מען דארף עס נישט אפערירן.. וכך הוה די דאקטוירים האבן נישט געדארפט אפערירן. ווען מיט פילע יארן שפעטער האט ער נאכאמאל געליטן אויפן הארץ איז ער צוגעפארן צום ציון המצויינת פון לובאוויטשע רבי מתפלל זיין. כידוע אין לובאוויטש האט מען רעקאדירט ווידיאו פון יעדע ריר פונעם רבי, און עס שפילט זיך יעצט איבער ביי אלע לובאוויטשע צענטערן. ווען רבי משה איז אנגעקומען צום ציון האט ער געקוקט אויפן ווידיאו (מעשה רב...) און פונקט זיך געטראפן שטיין ביים רבי'ן מיט יארן צוריק און די רבי וואונטש אים אן "א איד וואס איז מחזק אנדער אידן'ס הערצער דארף האבן א שטארקע הארץ און מען דארף עס נישט אפערירן" מער האט ער נישט געדארפט און געמאכט א יו טורן! וכך הוה מען האט אים דאן נישט אפערירט, מיט אפאר יאר צוריק האט ער פלוצלונג נאכאמאל געהאט שווערע פראבלעמען מיט די הארץ און מען האט אים גלייך אריינגעפירט אין שפיטאל אין זייער א שווערע מצב אין גלייך אפערירט, און אלע יארן האט ער חרטה פארוואס ער איז נישט געגאנגן דעמאלס נאכאמאל צום ציון פונעם רבי'ן...

אום חודש אדר תשנ"ב איז ער געווען סנדק ביי א ברית מיוצאי רוסיא ווען ער איז אריבער ביים לובאביטשער רבי ביים טיילען דאללערס, און בעטן א ברכה האט ער געזאגט פאר זיין משמש אז איך ווייס די רבי וואונשט אן פאר א סנדק אז סנדקאות איז א סגולה לעשירות, וועל איך אבער אינזין האבן אז ס'זאל מיינען עשירות ברוחניות. ווען ער איז אריבער ביים רבי'ן האט די רבי אים געוואונטשען סנדקאות איז א סגולה פאר עשירות, און איך מיין בגשמיות, ווייל ברוחניות זענט איר שוין...!"[/justify]
בייגעלייגטע פיילס
יתו.jpg
יתו.jpg (690.71 KiB) געזען געווארן 7598 מאל
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר