בחור, לאז געמאכט, גיי אן מיטן לעבן, שלא תמות כדרך שמת פלוני

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

בחור, לאז געמאכט, גיי אן מיטן לעבן, שלא תמות כדרך שמת פלוני

שליחה דורך שעפטל »

איך שרייב דא א בריוועלע פאר די טייערע בחורים דא, וואס זאל שוין זיין לעילו ולטובת נשמת א אינג בחור'ל וואס איז פארשניטן געווארן טראגיש ברוחניות און אין בגשמיות אינגערהייט, ידיד מנעירי הבחור יואל ע"ה ב"ר ראובן שמעון הי"ו, און ‏די נשמה זאל האבן אן עלי', בזכות אז ס'וועט אויפטוהן אפילו פאר איין בחור, און אפילו נאר למחצה ולשליש ולרביע.

טייערע בחור:

ס'הייבט זיך יעצט אן א נייע זמן, איך ווייס אז גאר אסאך פון ענק גייען יעצט אריבער גאר שווערע לאנגע פיינפולע וואכן, ס'איז טאקע‏ נאר א חודש, אבער ס'קוקט ענק אויס ווי א גאנצע יאר מיט אן עיבור אדר ב', נאכט נאך נאכט באנעצט עטץ דעם קישן, פארנאכטס נאך פארנאכט שפאצירט עטץ אריין אין שטוב און פרובירטס נישט צו קוקען ענקער מאמע'ן אין פנים, נישט ווילענדיג זעהן איר צער און פארזויערטן פנים, צופרי ווילט עטס נישט אויפשטיין א גאנץ בין הזמנים איידער ענקער טאטע איז ארויס פון שטוב, פשוט זיך נישט צו באגעגענען מיט זיין אנגעצויגענעם געזיכט וואס שרייט פון זיך אליינס 'וואס וועט דא זיין?! וואס וועט דא זיין?!'.

יא עס ענדיגט זיך א פרישע בין הזמנים, א פרישע שווערע דורכגאנג פאר די טייערע בחורי ישראל, דער מי ישפל ומי ירום איז מקוים געווארן במלוא מובן המילה, מ'האט ארויסגעשיקט דעם מי לה' ומי לעזאזל, דאס יאר גארנישט אנדערשט ווי אנדערע יארן, דער בין הזמנים קומט טאקע צו אן ענדע, אבער די גרויסע פראבלעמען פאנגן זיך יעצט אן.. דער האט באקומען א 'לא נתקבל', דער א 'ימצא לעצמו מקום המתאים', דער דריטער גייט פלעין אדורך צרות יגון ואנחה און דער 'צריך לדבר' וואס מ'האט אים געשיקט אויף פאוסט איז לויטער ליגענט ווייל ס'נישטא צו וועם צו רעדן. הצד השוה שבהם, הונדערטע בחורים גייען נישט אנהייבן קומענדיגן זינטאג אין א מסגרת הישיבה, עכ"פ נישט דארט ווי ער האט געלערנט פאריגעס זמן.

כלפי מה דברים האמורים? כאפענדיג א שמועס מיט א בחור, דערציילט ער מיר ווי גרינג ס'איז היינט צו מאכן א לעבן, ווי גרינג צו ס'איז צו זאגן פאר די עלטערן "זיי מיר און האב מיר" מיט א ליידער א שטיקל ריכטיגע טענה "קיינער נעמט מיך נישט אן! קיינער דארף מיך סיי ווי נישט", פון די אנדערע זייט דרייען זיך ארום חברה, און טייל מאל אפילו געוועזענע חבירים און לאקערן און רעדן אים צו אז בני תלך בדרך אתנו, מיר האקן א לעבן, מיר הייסן געלעבט אויף די וועלט, מ'דרייוט, מ'פארט, מ'קומט ‏און מ'פליעט, דראפ אלעס און דזשוין אונז..

דערציילט מיר דער בחור, ער איז קארגע 15 1/2 יאר אלט, קיין דרייווערס לייסענס האט ער נישט, קיין געהעריגע דזשאב אויך נישט, קיין געלט קומט דאך נישט אריין, סך הכל איז ער א נאכשלעפער און פילט אן די קאר פאר קאר-פול.. מ'ניצט אים ווען מ'דארף און מ'לאזט אים לויפן ווען מ'דארף נישט... ער האט שוין טועם געווען די געווירצן און געווען הויעך כמה פעמים און זיך פאר'דביקות'ט אין אן הסתרה קומזיץ.. און זה הוא... (איך רעד שוין נישט וואס דער עלטערער בחור האט געטוהן מיט אים אין האטעל...). דער בחור איז קרח מכאן ויחצאל מכאן, נישט קיין אידישע לעבן און נישט קיין גויאישע, און ער איז נישט ס'אינציגסטער! ס'דרייען זיך אזוי צענדליגע אין די גאסן וואס זיכן וואס צו טוהן מיטן לאנגן טאג, און זיכן ווי נאך מ'קען טריצן מיט זיינע הורים ומורים צו ווייזן אז נעקסטיים ווארפט מען נישט... ער האט מיר אנגעוויזן אויף א גרופע וואס איך האב עטליכע מאל געזעהן אין שטאט, וואס טראץ וואס זיי שטעלן זיך אהער ווי יאפי'ס קומען זיי נאכאלץ אייביג צוריק צום חסידישען געגענט און פרובירן צו שלעפן אויפמערקזאמקייט... דאס ווייזט גאר אסאך!!

נא, כלפי מה דברים אמורים...???? די זאך איז אזוי, בחורים טייערע, איר האט באשלאסן צו גיין‏ אייער וועג? באשלאסן צו דראפן די גאנצע זאך? קיינער קען אייך נישט אפהאלטן! ס'איז א ווייטאג... אבער גייטס לחיים ולשלום, ס'איז א פרי קאנטרי, יעדער איז אינטיידעלט צו טוהן וואס ער וויל, און אפילו תורה'דיג האט איר א בחירה פון ובחרת.

געדענקטס נאר איין זאך!!! נעמטס א דזשאב! כאפ וואס מ'טראגט דיר אן, נעם וואס דו קענסט האבן, עטליסט פארן אנפאנג, מאך אפאר רייניש און אין איינוועגס פיל דיר אן‏ ס'טאג! אדער גיי לערן דיך עפעס! זיי נישט יעצט ביזי אז דו האסט נישט באקומען דאס עדיוקעישאן, קוק נישט צוריק און פאנג אן א נייע לעבן און ווער עדיוקעיטעד! הער אויף צוריקצוקוקן א גאנצן צייט צום עבר, באוויין נישט וואס ס'איז געווען, גיי אן מיטן לעבן און לאז געמאכט, דאס ברענגט בכלל נישט גארנישט, זיצן און בלעימען די סיסטעם, שעלטן אויפן סאסייעטי, קלאגן אויף די יוגענט וועט דיר גארנישט ברענגן! ווי איינער האט מיר אמאל נאכגעזאגט פון עפעס א רעדנער (נאר די קאנסעפט וויל איך ארויסברענגן) פארוואס זאל מען מקבל זיין יסורים באהבה? ווייל דו קענסט סייווי גארנישט טוהן סייווי... ווייסטו וואס? זיץ און טריץ און בלאז אויף די יסורים... ס'וועט דיר עפעס העלפן? אבערווייז! האסטעס סייווי און דיעל דערמיט....

עניוועיס, איין זאך געדענק!!! דראגס איז שעדליך! דיפרעסיע איז מסתמה נאך שעדליכער! מ'קען האבן א נארמאלע נייע לעבן אן די אלע זאכן! די וואס האבן נישט איבערגעמישט ס'בלעטל און פאר טריץ פארמישט געווארן אין סאום שעדי סטאוף, האבן זייער ביטער געענדיגט!!!

ווילסט צוריקגיין אין ישיבה, מה טוב ומה נעים! אז נישט, האב א נארמאלע פלאן, קענסט ווערן סתם א וואוילער איד, א דאקטער, א לויער, א ארכיטעקט... און ווער נישט קיין גאסן אינג, דארפסט נאכנישט ווערן קיין גוי דערפאר, דארפסט נאכנישט מחלל שבת זיין וועגן דעם, ווער נישט אינוואלווד אין קיין דראגס, גניבה און קרעדיט קארד פראוד! ס'וועט דיר גאנץ קנאפע העלפן ווען מ'וועט דיר ארעסטירן פאר סיי וואס אז דו וועסט קוויטשענען "מ'האט מיך מאלעסטעד!!!", ס'ענדיגט זיך מיט דעפרעסיע! און פון דארט איז עס א קאצן שפרינג צום חיי עולם הבא!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר