די תשובה פראגראם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

די תשובה פראגראם

הודעהדורך פארוואס? » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 9:28 pm

מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע, וואס מיט יעדן קליק ווערן גערוקט גאנצע עולמות, איז נישט מער ווי ערווארטעט פאר איינער וואס זאל אויפקומען מיט אן אויטאמאטישע פראגראם, וואס זאל פארוואנדלען דעם איד אין א בעל תשובה מיט איין קליק. 

איך טראכט איבער א פראגראם וואס זאל עס קענען טוהן, איך ווארט נאר פאר די אידישע קינדער וואס ווילן האבן די זכות צו פאנדן אזא הייליגע פראיעקט. 
די פראגראם וועט ארבעטן בערך ווי פאלגענד:

איהר וועט דארפן אויספולן א פארום און אריינלייגן אייער אידישע נאמען, אייער פאטער׳ס נאמען, און אייער מוטער׳ס נאמען. און געבן א ייפוי כח פאר אונז צו מזכה זיין, זוכה זיין, מקנה זיין, און קונה זיין אין אייער נאמען.

די פראגראם וועט אויטאמאטיש אויספיהלן אויפן פלאץ, א שטר מכירת חמץ פאר די קומענדע 120 יאהר, און עס ארויספרינטן. 

אזויך אויך א היתר עיסקא, אויף אלע אייערע באנק-אקאונטס, ביזנעסער, און סטאקס. 

דערנאך א שטר-מכירה אויף אייער ביזנעס פאר שבת. אויב וואוינט איהר אין ארץ ישראל און איהר האט א קרקע א שטר מכירה אויף אייער פעלד אין שמיטה. 

מ׳וועט מזכה זיין פאר אייך אן עירוב תחומין, תבשילין, און חצירות. 
אזוי אויך א פרוזבול, פאר יעדע זיבן יאהר. 

די פראגראם וועט אויטאמאטיש אינסטאלירן א שבת-עפפ אין אייערע סמארט-פאונס. 

אייער נאמען וועט אריינגיין אין א דעיטע-בעיס, וואס יעדע שטיק צייט גייט מען מאכן תיקונים און כפרות אויף אלע נעמען דערפון. אזוי אז אפילו אויב טוהט איהר עפעס עבירות, וועט איהר יעדע שטיק צייט אריבערגיין אן אויטאמאטישע קלין-אופ. 

פאר א נישטיגע פרייז, וועלן מיר אויך שרייבן פאר אייך א שטר-שותפות יששכר זבולון, אזוי אז איהר וועט אויך באקומען שכר פון לימוד התורה פון עפעס א יונגערמאן וואס זיצט און לערנט. 
(לויט ווי געשמועסט דא, קען זיין אז מ׳וועט אפילו קענען מאכן עפעס א קאמפיוטער זאל לערנען נאכאנאנד תורה ספעציעל פאר אייך). 

ועל זה נתנבא הרמב״ם (הלכות תשובה פרק ז' הלכה ו) באמרו:

דער רמב''ם האט געשריבן:אמש היה זה שנאוי לפני המקום משוקץ ומרוחק ותועבה והיום הוא אהוב ונחמד קרוב וידיד.
אם אתה מאמין שאפשר להאמין, תאמין שאפשר לכפור
(ע"פ רש"ש שבת ל"א ע"א על רש"י ד"ה גייריה, עיי"ש).
באניצער אוואטאר
פארוואס?
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 763
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:28 pm
געפינט זיך: אין א דערהויבענע מאמענט
האט שוין געלייקט: 1171 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1191 מאל

הודעהדורך אתא קלילא » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 9:52 pm

סאיז גוטע נייעס!
זאג מיר נאר, האבן קינדער וועט מען אויך קענען מיט א קליק וזהו?
5596701167צו הערען געקליבענע דרשות מפי האתון דער מאנארא חכם וגוץ
אתא קלילא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 786
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 8:25 am
געפינט זיך: אויף הר הבית
האט שוין געלייקט: 647 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 605 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:49 pm

איך ווייס דאך דעם אמת אז די גאנצע פראגראם איז נאר געמאכט צו קענען נאכקוקן און טרעקן מיין פאון...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1865
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 3913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3383 מאל

הודעהדורך יאיר » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:18 pm

פאר נאך א הונדערטער א חודש וועלן א מנין אידן מקיים זיין מצות עונה אין אייער נאמען.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4715
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7126 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:27 pm

אויב האסטו א פעקעדש וואס אינקלאד הוכח תוכיח בין איך גרייט צי אינוועסטן
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3331
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 2790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1406 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט

cron