א באריכט פון נצח יהודה, די חרדישע בריגאדע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1378 מאל

א באריכט פון נצח יהודה, די חרדישע בריגאדע

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

"ווייס" די ברוקלין נייעס ארגיניזאציע האט א ריפארט וועגען חרדים, זייער מלחמה מיט צה"ל און א וויזיט מיט די חרדישע בריגאדע נצח יהודה

The Ultra Orthodox vs. The IDF: Israel's Other Re…: http://youtu.be/me4FqdrmVBs

די חרדישע טענה אז 25 פראצענט פון בחורים וואס גייען אריין אין צה"ל לאזן אפ יידישקייט פאלט אויף איר נאז.. פון איין זייט באשטייט צה"ל פון וואס איז די סאטיסטיקס אין ברוקלין פאר dropouts? ס'איז עפעס בעסער? פון די אנדערע זייט די ווידיאוס פון זייער וויזיט איז כמעט אינספייערינג. מ'זעעט נישט די עבדא בהפקירה ניחא ליה. ס'קוקט מיר גאר אויס אז נצח יהודה איז א פלאץ ווי א יעדע "וואסאיזנייעס" טאטע וואלט זיך געווינטשען אז זיין זין גייט אהין. ואנו אין לנו אלא דברי בן'דזשעמין פרענקלין.

די טענות אין א זייט. ס'איז גאנץ פשוט פאר אן אבזערווירער. אויב צה"ל וועט אין 2017 מצליח זיין צו recruit די פינעף טויזענט חרדים וועט די אסעמילאציע פראצענטען פאלן צו די עטליכע פראצענט וואס יעדע ישיבה האט.

נאר וואס דען, מ'דארף א בן'דזשעמין וואס זאל זיי ארויס נעמען פון מדבר. אין ענגליש הייסט עס, getting them over the hump. אוודאי איז די סטטוס קוואו גרינגער. איז דען נישט געווען גרינגער צו זיין א ייד אין מדבר ווען מ'וואינט אין די וואלקענעס און מ'עסט מן.

מדינת ישראל דארף ניצען נחשונישע מסירות נפש מיטלען אנציקומען ווי חרדים אין אמעריקא זענען אנגענומען. ווען אין די תר' יארן איז אסעמילאציע געווען כמעט הונדרעדט פראצענט און די גרויסע רבי'ס, די שרפי מעלה פון דערהיים, האבן טאקע געהאט די סייעתא דשמיא נישט צו לאזן טויזענטע משפחות גיין צו די טרייפענע אמעריקא. אבער קוק ווי מ'האלט היינט.

בקיצור, צה"ל דארף א סאטמאר רב ז"ל און זיי האלטען נישט ביים ווארטען, ח"ו, אויף א היטלער!
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר