קולות אין שומר שבת! "שמירה" מהו?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קאפקעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 97
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 7:28 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

קולות אין שומר שבת! "שמירה" מהו?

שליחה דורך קאפקעיק »

אין א קאלטע מאנטאג נאכט, דריי איך מיך אזוי ארויף אויף די דרייצענטע עוועניו אין בארא פארק, אויפן וועג צוצופארן עפעס ארלעדיגן, אזוי פארנ'דיג און נאכלויפנדיג איין יעלוי לייט נאכ'ן צווייטן דערמאן איך זיך אז מ'קען שוין היינט דאווענען מעריב פרי, געב איך מיך א דריי אריין אין 53 און איך פארק אריין לעבן שומר שבת,
און דאן האט עס פאסירט,
איך גיי אראפ די טרעפ און איך הער אזעלכע צעקות, איך וועל העקן דיינע קאמפיוטער'ס! איך וועל דיך נאך ארעסטן! און אזוי האט ער-עפעס א משולח מיט א צעטל- איינעם דארט באזונגען, און בא'שגץ'ט, אז ווען נישט ר' הילל וואלט אנגעקומען דארט וואלט נאך געפלויגן פעטש, און נאכדעם האט ער נאך אנגכעפט עפעס א הייסע קאווע וואס איז דארט געווען, און עס געווארפן אויפן יוד וועם ער האלט אינמיטן אנשרייען, וואס שטייט אין די זייט פון עם, אנגעטוהן אין א קורצע רעקל מיט א שיינע נעקטיי, און ציטערט פון שרעק, אינמיטן געט א לויף אריין א יונגערמאן/בחור פון "שמירה" , און כאפט אן דער משולח אין געט עם א שלעפ ארויס פון דארט, באגלייט מיט נאך צוויי דריי "שמירה" מעמבערס, און מ'פירט עם צו צו א זייט,
פרעג איך זיך אזוי נאך, וואס האט פאסירט? זאגט מען מיך, אז דער עלעגאנטע יוד האט געמאכט א ברכה און דער משולח האט עם געהייסן זאגן הויעך, אז ער זאל קענען ענטפערן אמן,
למעשה ביז וואס ווען ווי, איז אנגעקומען פאליס, הצלה, EMS, שומרים, און מען האט עם דארט אויפגעהאלטן א האלבע שעה און געלאזט גיין,
לענייננו וואלט איך געוואלט וויסן, וואס איז דאס שמירה? ווער שטייט אינטער דעם? וואס זענען זייערע מאטיוון? איז עס גוט אז ס'איז דא קאמפעטישן פאר שומרים? אדער אפשר וועט דאס מאכן א צימישעניש?

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר