"קאווע שטעטל"...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

"קאווע שטעטל"...

שליחה דורך שמעקעדיג »

(לכבוד תגובה 10,000#)

איינע פון די שווערסטע פראבלעמען וועלכע פלאגט דאס יהדות החרדית, און איז שוין איבערגעקייעט געווארן (מעלה גרה בלע"ז) אין יעדער אידישער אויסגאבע מער ווי די נוקלעארע וואפן פון איראן, איז די טרויעריג-בארימטע האוזינג קריזיס. מיר האבן דעוועלאפערס וואס אך ורק זייער גוט הארץ האט זיי אריינגעטריבן אין בוי-פראיעקטן; פאליטישאנס וואס לויפן פאר אפיס מיטן איינעם ציל אונז צו פארזיכערן נישט בלויז איינס, נאר לפחות 15 דעכער איבער דעם קאפ; עסקנים מיט אידישע קעפ וועלכע גייען טוישן זאונינג געזעצן מיט אידישע וואוטס; ידידינו 'פליקער' וועלכע פליקט אשכולות רעכטס און לינקס אויפצוקלערן דעם עולם, ובעיקר די יונגווארג איבער דעם; 'מאמענט' וואס פלאנט צו לעזן דעם קריזיס דורכ'ן אריינבלאזן אפטעמיזם ביים עולם איבער דעם נייעם וויליאמסבורג וואס בויעט זיך אין קאנעקטיקוט; כהנה וכהנה פארמירן זיך פלענער איבער פלענער גג על גג, איבער פלענער פאר א גג על גג. לכה"פ אזויפיל טוט אלעס אויף צו האלטן דעם פראבלעם אויפן אויבערפלאך, בנוסף פון בריוון צו דער רעדאקציע אין די היימישע צייטונגען וואס די ליינער שרייבן הין-און-צוריק אלעס ארום יא צו נישט אוועקמופן פון דעם פארקרעמפטן טייערן ברוקלין, און לינדערן דעם שווערן קריזיס.

דער פראבלעם איז אויך שולדיג, עכ"פ טיילווייז, אין א מאנגל פון מוסדות פאר אונזערע קינדער, עס איז פשוט מער נישט פאראן קיין בנינים און קיין קלאסן ווי אריינצושטופן די קינדער אפצונעמען פעטש. ואלו הצאן מה חטאו. אויך דאס איז שוין אסאך איבערגעשמועסט געווארן, ולא אמרינן רבנן בכפילא ובטריפילא.

*

שוין א לענגערע צייט וואס ווירבלט מיר אין קאפ צו עפענען פאר אונז, חברי ק"ש, א היימישן שטעטל, וואס איך וויל אצינד פראקלאמירן, במעמד "רבבותינו". עס וועט הייסן "קאווע שטעטל"!!

דער שטעטל וועט ווערן געבויעט אין איינע פון די סטעיטס, ווייט אוועק פון די רוישיגע ניו יארק. ערגעץ ווי דער וועטער וועט מיטשפילן. נישט קיין זכר פון די שטיקיגע, הייסע, יומיד ניו יארק. ערגעץ וואו עס וועלן נישט פארקומען קיין ערדציטערנישן, הוריקעינס, טארנעידאס, וואלקעינאוס, שניי שטורעמס, פארפלייצונגען, אוואלאנשן, וואלד פייערס... א פשוט'ע שטילע רואיגע זארגלאזער לעבן, אין שויס פון נאטור, צווישן גראז און ביימער, און וועט זיין נאנט צו א טייכל (פאר תשליך...), א שטייגער ווי די בינג'ס בילדער אשכול. גראדע און פלאכע גאסן, נישט צו בערגיג. עס וועלן נישט זיין דארטן קיינע סקאנקס אדער ראטן; הערשן אדער בערן. ניטעמאל קיין מאסקיטא'ס. הערליכע הייזער פאר גאר ביליג וועלן אויפגעשטעלט ווערן, נישט מער ווי 2 שטאקן (גג על גג כפשוטו ותו לא). מיט א הערליכע פראפערטי ארום, מיט 2 דרייוו-וועיס, פאר דעם מאן און ווייב.

דאס לעבן וועט פארמירט ווערן דורך אונזערע חשוב'ע שרייבער פון שטיבל. די 'פראיעקטן למעשה' וועלן זיין אונזער וועג ווייזער פארן סדר והילוך החיים, ומנה לא תזוע. ידידינו 'ראובן' וועט שטיין על המשמר דערויף. געענדיגט מיט די קוועטשערייען אויפן סיסטעם. אין שטעטל וועט זיך אלעס פירן בלויז פאזעטיוו, פראיעקט למעשה! ווער עס האט מורא פון גילוי, וועט נישט דארפן אנטפלעקן זיין עכטן נאמען, מען קען אים רופן אויף זיין ניק. אפילו צו דער תורה וועט מען אויסרופן: יעמוד יתרו ב"ר שמואל הלוי שלישי.

עס וועט זיין ממש משיח'ס צייטן. א מין רואיגקייט און שלוות הנפש וואס איר קענט נאר חלומ'ען דערפון! פארגעסט פון דעם ווארט טעראר. עס וועט נישט עקזיסטירן אין אונזער דיקשאנערי. כ'מיין, ס'וועט זיין א ווארט וואס באלאנגט צום פארגאנגענהייט. דער שטעטל וועט זיין געבויעט אויף די קאנסטיטושן פון "גילה, רנה, דיצה וחדוה, אהבה ואחוה ושלום ורעות". מיר וועלן זיין רואיגע עלטערן, אונזערע קינדער וועלן אויפוואקסן געזונט ברוחניות ובגשמיות. וואס עפעס, זיי מאכן פאר נחת-מאשינען פאר אונז עלטערן? סתם טעראר. זאלן זיי טון וואס זיי ווילן. זיי האבן ב"ה אליינס גענוג שכל, און ווער זענען מיר צו אונטערדרוקן זייערע פילינגס...?

*

דער ביהמ"ד דמתא וועט זיך רופן 'שטיבל', ע"ש אונזער זאפטיגע שטיבל וועלכע האט אונז צוזאמענגעברענגט און אויסגעפארעמט אלס אזא שיינע קהלה קדושה וואס וועט זיין א פראכט פארן יהדות החרדית. הרה"צ 'ברסלבער' שליט"א וועט זיין דער מנהיג רוחני אין ביהמ"ד, ועל פיו ישק כל דבר. אזא שכל הישר מיט אהבת ישראל איז א זעלטנהייט צו געפינען בדורנו, כמ"ש הכתוב, הנמצא כזה איש אשר רוח אלקים בו. כ'גלייב אז זאגאר הרב מנשה לוסטיג וועט מסכים זיין אונטערצושרייבן אויפן קאנסוס. לכה"פ 2 חנוכה נעכט וועט ברסלבער ערשיינען און צינדן אין ביהמ"ד און דער ציבור וועט זיך צוזאמענקומען זיך דערקוויקן מיט זיינע נארהאפטיגע דברות קודש.

דער שטעטל וועט זיין פריי פון די אלע נייע אכשר דרא אנשיקענישן און אויסגעטראכטע חומרות חדשים לבקרים. עס וועט זיך פירן שטרענג ע"פ שו"ע כבדורות הקודמים, וכחא דהיתירא עדיף.

מען וועט עפענען פראכטיגע מוסדות מיט רחבות'דיגע לופטיגע קלאסן, מיט א אויסוואל פון אינטרעסאנטע לימודי קודש וחול, ואין אדם לומד אלא במקום שלבו חפץ. ס'וועט אראפגעשטעלט ווערן א סדר הלימוד וואס וועט איינשליסן אלעס פון תורה שבכתב ובעל פה, ווי אויך א פולער קאריקיולאם פאר לימודי חול. טיטשערס, מלמדים, מגידי שיעור, מחנכים און פסיכאלאגן, זענען פון די לעצטע זאכן וועלכע מיר מאנגלען.

אין דער ישיבה, וועט הרב ברסלבער וועט שטיין בקשר מיט די בחורים, וועלכע וועלן לערנען און זיך פירן תחת הדרכת דער 'ראש הישיבה' שליט"א; 'מצטמק ויפה' וועט דינען שואל ומשיב פאסטן, אינאיינעם מיט דעם משגיח shem-tov. ווי אויך וועט דער חשוב'ער ראש הישיבה דינען אויף דעם דיין פאזיציע פאר פרישע יונגעלייטלעך, און וועט זיך געטריי אפגעבן מיט דעם בבוקר זרע זרעך ולערב אל תנח ידך וד"ל. כל הדבר הקשה אליו, וועט שטייצעך געשיקט ווערן צו דעם בית דין הגדול, וואו דער ראב"ד 'לעיקוואד' וועט מחדש זיין דעם היתר, און ספרא דדיינא 'געפילטע פיש' וועט אונז געבן צו פארשטיין בטוב טעם והומאר מה כתיב בה.

מען וועט אננעמען יעדן איינעם אן קווענקלענישן. 'מצויינים'? געענדיגט מיט די טעראר. די שוואכע קענען לערנען עין יעקב אדער ליינען סיפורי צדיקים; יואב, מאטי און קאווע טרינקער וועלן זיכער מאכן אז די בחורים וועלכע האלטן נישט ביים לערנען, זאלן גיין ארבעטן פול-טיים, און קענען ליתר שאת טראגן טליתים אום שבת אויב שפירן זיי אומבאקוועם מיטן הוט. דער טאטע שערט זיך די בארד? וועט מען ארויסקוקן "להוגה" דעות בדין, אויף זיין באשלוס, אינאיינעם מיט 'גנדי'. נישטא מער קיינע משתלטים על הציבור.

אין חדר וועט מען איינווארצלען אין די קינדער מדות טובות, אהבת ה', אהבת הבריות און רעספעקט פאר יעדן מענטש. אזאנע מגידי שיעור פון ישיבה, ווי 'קאווע טרינקער', 'קופערניקוס' און 'בר דעת', וועלן קומען האלטן דרשות מזמן לזמן, ווי צווישן אנדערע וועלן זיי ארויסהייבן דעם "והבדילנו מן התועים", און איינפלאנצן אין די הערצער פון די קינדער צו זיין א שטאלצער איד. 'לולקע ציבעך' וועט דאס מאכן אריינדרינגען גאר טיף אין זייער מח. 'נהורא נפישא' וועט זיין מנהל רוחני, און 'רויטע וואנצעס' די ענגליש פרינציפל. א בלויזער בליק אויף זיי און זייער התנהגות וועט אויפפלאקערן די הערצער פון די קינדער צו מאכן א קידוש ה' פאר יעדן מענטש. בליציגע רעיונות חודש'ליך וועט מען הערן פון 'איש עברי' און 'המלוכה והממשלה'.

פאר די מיידל שולע, וועט 'פליקער' שטיין על המשמר זיכער צו מאכן ווער ס'איז פאסיג פאר אזא מלאכה ווי א טיטשע. פארשטייט זיך אז מיר וועלן האבן רייכע פראגראמען און א גוטער חינוך און א פיינע קאריקיולום פאר די מיידלעך און פרויען פונקט אזוי. עס איז נישט קיין פראגע אז דער ראש הקהל ביי אונז אין שטעטל וועט זיין אונזער אלעמען ווארימער באליבטער 'ראשעקאל' דשטיבליינו הי"ו. קיינער קען נישט די מלאכה בעסער ווי אים!

*

א היימישע קאלעדזש וועט געעפנט ווערן לכל דכפין, וואו מען וועט לערנען אלע סארטן לימודים, געבנדיג דערביי פאטענציאל פאר אלע בחורים (און מיידלעך) צו ווערן פיינע ביזנעסלייט און פארדינען זייער פרנסה בדרך כבוד. צווישן פילע אנדערע אויף א שלל פון מקצועות, וועט 'פארוואס?' וועט זיין דער הויפט פראפעסאר איבער מאטעמאטיק, 'יידל' איבער סייענס, 'יאיר' איבער פסיכאלאגיע, 'לעיקוואד' אויף פילאזאפיע (וועט זיין אפשענעל פאר די וועלכע ווילן זיך האלטן בתמימות) 'אפטעמיסט' אויף סיוויקס, 'ונבנתה' אויף קאממאן-סענס, 'געפילטע פיש' אויף טעכנעלאגיע, און 'ראובן' אויף היסטאריע, א.א.וו.

די אומזיניגע תקנות וועלן אויך קומען צו אן ענדע. יעדער קען האבן וועלכע כלים ער וויל און קען גיין אנגעטון ווי אזוי מען וויל. מען וועט לאזן יעדן דיעלן מיט זיין בחירה. די טאטעס וועלן קענען גיין מיט ארויסגעשטעקטע העמדער אדער טי-שירטס און קראקס ואין פוצה פה. מען מוז נישט קויפן טייערע רעקלעך ביי דזשי/דזשי. מען קען קויפן א ביליגע אין דזשעי.סי.פעני. לאנגע דאסטערס וועט אויך קיינעם נישט שטערן. 'סקאטש טעיפ' מיט זיין שוועסטער פון א"י וועלן האלטן א שארף אויג אויף די שווארצע טייץ. קינדער וועלן קענען רואיג קויפן וועלכע קאפלעך זיי גלייכן, וועלכע סארט ברילן און אפילו שיך.

ווען די ריכטיגע צייט וועט קומען, איז געענדיגט מיט די ערענדזשד מערידזשעס! זאלן די צוקונפטיגע פארפעלקער אליינס גיין לרעות בשדה ולבקש את אשר לבם חפץ כפי ראות עיניהם הבדולחים. ביי וועלכע עידזש זיי באגערן. דער אויסדרוק 'אלטע בחור?' מער נישט קיין פראבלעם. ארויס פון לעקסיקאן! הוגה און ברסלבר וועלן זיין די חתן רבי'ס, טאמבל סאס און טיטאניק די כלה טיטשערס. א קונטרס פון מאחורי ארטיקלען וועלן דערלייכטן די אויגן פון יעדן פארפאלק. עס וועט גיין א רויך!!

חתונות וועט מער נישט זיין טייער. יעדער וועט מאכן שמחות לויט זיין אייגענעם סטאנדארד. א חתונה אין אייגענעם דיינונג רום וועט זיין אקצעפטירט און גאנגבאר. ווי קלענער דער עולם, אלץ גרעסער די שמחה. בכלל וועט מען מער נישט ספענדן אין די וועלט אריין, מען וועט נישט לעבן פאר יענעם. (לי ולא לו, אילו הי' שם לא הי' נגאל וכו'). ווער רעדט נאך פון אפשפארן גאסן פאר א גרויסע חתונה, חס מלהזכיר. א גט וועט מער נישט זיין עפעס א שוידערליכע טראגעדיע.

הערליכע שיעורים וועלן פארגעלערנט ווערן אינעם קלויז פון די חבורה. צווישן אנדערע, וועט זיין 'יאיר' וועלכער וועט פארלערנען פון דעם רויטן ספר וועלכער ער האלט שוין אין זיין אוואטאר חדשים לאנג ולא פסק פומיה מגירסא, ווי אויך הגאון 'מאטי' שליט"א (וועלכער האט לעצטנס משנה שמו געווען פון מאטי 107 ע"פ עצת הבאבא שליט"א נאך א אויסשלאג וואס ער האט באקומען אויפן צונג). המופלג 'מצטמק ויפה' וועט פארלערנען יעדע ליל שישי חומש רש"י באגלייט מיט טשיקאווע ווערטלעך אויף די פרשת השבוע, פון וואס דער צעפרידענער ציבור שומעי לקחו וועט זיך האלטן ביי די זייטן און זיך באלעקן. הייסע טשולענט, קושקע מיט קאלטע ביר וועט סערווירט ווערן דורכן געטרייען ראשעקאל. די טשולענט וועט ענטהאלטן צומת הגידין פלייש אינאיינעם מיט סטעיק פון די שחיטה מהודרת מונחת. אין דער זייט וועט פאר א ביליגן פרייז אויך צוגעשטעלט ווערן יאפטשיק און אווערנייט קוגל מיט קאלטע קאוק. פאר וויין וועט מען זיך קענען ווענדן צו 'יואב', און פאר נאש וועט מען ווארטן אויף אונזער אלטן 'זר זהב' ער זאל אויפשטיין תחיית המתים. אזוי אויך וועט מען זיך באקוועם קענען זעצן צו דעם טיפזיניגן שיעור אין חסידות ועניני אמונה והשקפה, דורך 'ונבנתה העיר'.

*

מען וועט זיכער מאכן אז יעדער באזונדער געפינט זיך אין געשמאקע קופקעס מיט חברותות, נישטא קיין ארויסגעפאלענע! אזא 'ידען', אדער 'שטילער אינגערמאן', וועט זיך געפינען אינאיינעם מיט שטאפענע קאפעליטש, קרעקער, אליצפן, הדד בן בדד, לית דין בר נש, סמבטיון, ביבער, אויליגער, פלעין יידיש, א.א.וו. אזוי אז עס וועלן שוין גארנישט פארבלייבן קיינע שטילע אינגעלייט. 'עמעזאן' וועט טרעפן א שלל פון פאסיגע חברותות. איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק. עס וועלן כסדר פארקומען קומזיצן. די קופקעס וועלן טרינקען לחיים אינאיינעם, קנאקן פאפיטעס, הערן פון 'פשוט-קאמפליצירט' שיינע חסיד'ישע ווערטלעך, און זינגען הארציגע שירה פארן מלך קל חי וקים ביז אין די שפעטע נאכט שעה'ן.

שבת ויו"ט וועט זיין גאר דערהויבן. שיינע חזנים מיט התעוררות'דיגע תפילות, וואונדערבארע זינגערס און משוררים. צווישן זיי וועלן 'לאליפאפ' און 'דריידל' מהנה זיין דעם עולם. יעדע מוצאי שבת וועלן פארקומען הערליכע מלוה מלכה'ס מיט הייסע פיצא. 'סאשי פיש' וועט צושטעלן פרישע סושי יעדע וואך א שטייגער ווי אין קערעסטיר. 'אפטעמיסט' וועט אונז מאכן אויפגעלייגט מיט אן אפטעמיסטישן אנאליז אויף די קומענדיגע וואך, מיט זיין עלעקוואנטן שפראך. 'קאווע טרינקער' וועט אונז פארציילן תולדות פון צדיקים (נישט בדוי), 'שיטה מקובצת' וועט אונז אנווארעמען מיט קלוגע שטיקער פון ר' אביגדור מילער. פה מפיק מרגליות 'כוכב' וועט זיין דער יושב ראש, ער וועט אונז מהנה זיין מיט זיין פליסיגן שפראך. אויב וועט ער נישט זיין אוועילעבל, וועט מען האבן דעם געלונגענעם הומאריסטישן מליץ יושר 'יין שרף' אלס אן ערזאץ. זעלבסטפארשטענדליך אז ר' בערל באלעגאלע, וועלכער וועט דרייוון דעם באס א גאנצע וואך, וועט אונז דערקוויקן בטעם זקנים מיט זיין זיסן אוצר פון מעשה'לעך און עפיזאדן וועלכע זענען יא אדער נישט געשעהן, און וועט זיכער מאכן ארויסצושלעפן א שמייכל פון אונזערע לעפצן, בעת ער דרייט אריין זיין גרויען בערדל אונטערן האלז. און ווי קען מען פארגעסן פון אונזער חמין במוצ"ש? יעדע ווינטער מוצאי וועט מורה מורינו 'בענזשאמין פרענקלין' זיך ארויפשטעלן אויפן סטעידזש און אונז מאכן לאכן און וויינען. ווי אויך יעדע יומא דפגרא וועלן פארקומען מסיבות שונות מיט גאר אינטרעסאנטע פראגראמען. חנוכה נאך די ליכט צינדן וועט מען שפילן דריידל מיטן דריידל ניק בראש המסובין.

חודש תשרי וועט זיין זייער איינגענעם, בבחינת תשובה מאהבה. ווילט איר מען זאל אייך וועקן צו סליחות? מיר דינגען אפ 'אשכולות אויפוועקער', איר קענט אים שיקן אן אישי. אדער קענט איר זאגן סליחות ביינאכט. איש איש כפי רצונו, אין אונס. שבת שובה דרשות און צו קינת איכה וועט מען אפירנעמען איינע פון אונזערע אלטע באקאנטע ניקס: 'בדחן' אדער 'נאר,,פרייליך'. זיי וועלן מאכן דעם עולם וויינען לייק נאו טאמאראו. ביי די קינות וועט מען נישט מוזן זאגן אלעס, נאר כל אחד כפי יכלתו וגעדולדו. די זעלבע זאך מיט יוצרות. שבת הגדול דרשה וועט דער מילקשעיקער זאגן מדי שנה בשנה מתובל מיט דרך צחות והלצה. 'קאווע טרינקער' פארבלייבט דער אויסשליסליכער שרייבער פון זיינע תורות, און האט די זכות נאכן פטירה פונעם רבי'ן צו דרוקן זיינע ספרים, ואיסור השגת גבול ידוע.

*

מיר וועלן מער נישט זוכן צו זיין אין די העדליינס. אבער אין פאל אז רעפארטערס פון אייוועלט – אדער אפילו בלויז ניו יארק טיימס – וועלן קומען מיט קנאה צוקוקן אונזער לייפסטייל און וועלן האבן א אינטערוויאו, וועלן בלויז אונזערע מייסטערהאפטע פאליטישאנ'ס ווי 'שעפטל', 'גאלד' אדער 'יואליש' זיין ערלויבט צו זיין אונזער ווארטזאגער און רעדן אין אונזער נאמען.

מיר וועלן האבן אן אייגענעם מאגאזין מיטן נאמען אשפ"ג מיט גאר רייכע און צויבערהאפטיגע ארטיקלען, וועלכע וועט פארשפרייט ווערן יעדן שבת אין די שולן, ווי 'מאראנצןזאפט' וועט זיין דער הויפט שרייבער, און אלע גוטע אשכולות פון ק"ש וועלן ווערן אריינגעדרוקט דארט. 'פישעלע הערינג' מיט 'רויטע וואנצעס' וועלן ארבעטן אויף די לעיאוט, באזירט אויף זייער הערליכע עקספיריענס פון די קאווע בלעטער, ואין חכם כבר נסיון. פון צייט צו צייט וועלן 'ראובן' און 'דולה ומשקה' באררייכערן אונזערע ידיעות מיט קראנטע היסטאריע, מיט אויסצוגן פון די אמאליגע צייטונגען, ולאורם נסע ונלך. 'ישמעאל הכהן' וועט זיין דער אפיציעלער נייעס רעפארטער. 'לעמיל' וועט אפדעיטן ישראל חסיד'יש נייעס. בן תמליון, אפטעמיסט און וואנצעס וועלן זיכער מאכן אז אין יעדע אויסגאבע געפינט זיך שיינע פאעזיעס. פליקער וועט אויך שרייבן אזש ס'זאל גיין א רויך און מיר וועלן זיך קייקלען פון זיינע אויסדרוקן און מליצות אשר לא נראה כבושם הזה. און אודאי וועט זיין א חודש'ליכע ארטיקל פון 'יואב' כדי צו מקיים זיין לא ימוש השמייכל הזה מפיך ומפי זרעך מעתה ועד עולם.

*

עס וועט נישט הערשן קיין ראסיזם און דיסקרימינאציע ביי אונזער קאמיוניטי, פינטל! יעדער קאליר הויט, און פון יעדן סארט בעקגראונד וחסידות, איז וועלקאם. מען קען גיין מיט וועלכן הוט מען וויל, אויב בכלל. נישטא מער קיין חסידישע פאליטיק. 'ארמארי'? א ווארט פון פריערדיגן דור!! 'ישראל קאפקע' מיט 'אתא קלילא' וועלן שמועסן איינגענעם צונאזאם, ווען בשעת מעשה וועט 'בערל באלעגאלע' שטיין פון דער זייט און מיטשאקלען מיטן קאפ, און כסדר אריינווארפן זיסע ווערטלעך מיט מליצות פון סענדער דער דויטש יגון עליו, בבחינת וגר זאב עם כבש. 'איחוד פעלד' מיט 'יאסעלע וואסערטרעגער' וועלן זיך ארומנעמען און האגן טייט. 'גאלד' מיט sefish וועלן וואוינען טיר ביי טיר ביינאזאם און שמועסן יעדע נאכט אויפן פארטש מיט גרויס אהבה איבער א גלעזעלע טיי, ווי אויך 'דער (פינטעל) איד' מיט 'קאך_לעפל'. א ס"ח מיט 'איך אויך' וועלן זיין געשוואוירענע פריינט. צאנזע אייניקלעך מיט 'קאווע טרינקער' וועלן פארציילן מעשיות פון צדיקים הקודמים און פארפירן א געמיטליכן שמועס איבער מאשין מצות און דער פשט פון א טעם כמוס. 'קרני צבי' מיט 'טיטאניק' אינאיינעם מיט ר' משה בער בעק וועלן כאפן א פריינטליכן שפאציר אונטער די ביימער פאר לאנגע שעות. בחורים יוצאי אלכסנדר און יוצאי ישיבת ר' יואל ראטה וועלן אינאיינעם שפילן באלל. מנשה לוסטיג מיט ברסלבער וועלן עוסק זיין בספרי חסידות.

לאנגע שייטלען מיט שווארצע בוריקע לב טהור פרויען וועלן דורכשמועסן חינוך טעמעס און פעשאן. אבאמא סימפאטיקער מיט הייסע חסידים פון מיט ראמני און סארא פעילין וועלן אדורכאקערן די וועלטס פראבלעמען בשלום ורעות. ר' בערל באלעגאלע וועט זיך פאסמאקעווען מיט דער בלאט, מיט ש.ש. טעלער'ס עקסטרעמיזם, און אויך פון ר' סענדער דער דויטש'ס ארטיקלען אין דער איד אינאיינעם מיט די באשרייבונגען פון הרב סאסנע, און ארומלאכן מיט צימערמאן וסייעתו און איבערגיין די קול קורא'ס און זיינע מחאה צעטלעך און וועט קלאטשן מיט די הענט בשעת ער פארברענט דעם טמא'נעם איזראעלישן פאן. פרויען הצלה מעמבערטעס וועלן אנפרעגן כל דבר הקשה ביי דעם 'הצלה מאן' און ער וועט זיי אלעס געדולדיג ענטפערן הארץ-ן'-גערן. היימישער ליטוואק פון בודאפעסט מיט בעלזער חסיד וועלן לערנען אינאיינעם ספרי הגר"א והתניא.

*

עס איז אין פלאן אהינצושלעפן אויך די פארשוואונדענע ניקס וועלכע שרייבן זעלטן, אדער שוין בכלל נישט, און זיי צוריקברענגען תחיית המתים. ווי כעלמ'ער מגיד, קופערניקוס, יידל, לעמאן דזשוס, זר זהב, יאנקל, שרגא, חאצקל, משה געציל, א.א.וו. אויב דער עולם וועט נישט שמייכלען גענוג, וועט מען אפיר נעמען GELUHNGEN וועלכער זאל שרייען LOL יעדע פאר מינוט.

די געטרייע מנהלים און אחראים וועלן ווייטער כסדר שטיין אויף דער וואך אז אלעס זאל זיך טאקע פירן על מי מנוחות ווי געפלאנט, און נישט אפנויגן פון אונזער קאנסטיטושען. מען וועט ווייטער אויפנעמען גבאי חודש, וועלכע וועלן צוהעלפן ביתר שאת וביתר עז. עס איז נאך א שטארקע ספק צי מען וועט אהינשטעלן א צימעס שטיבל לעבן די אינסינירעיטאר. לכאורה וועט מען מאכן וואלן אויף דעם אויכעט.

*

מען וועט אינסטולירן ווידיאו קעמרעס אויף אלע גאסן, אין אלע געשעפטן, בעדער, מקוואות און שולן וועלכע וועלן ראנדומלי ווערן איבערגעקוקט דורך 2 ערנסטע משגיחים וועלכע זענען געאייגענט פאר דעם פאסטן (איך שטים פאר 'איחוד פעלד' און 'איך אויך'). דאס וועט פארזיכערן אז מיר קענען רואיג ארויסשיקן די קינדער אויף די גאסן 24/7, אפגעזעהן פון זייער עלטער. פארדעכטיגטע עבאלע אנגעשטעקטע וועלן אויך נישט ווערן אריינגעלאזט, והי' מחניך קדוש וטהור.

עס וועט זיין א געזונטע וועלט. הערשי דער דאקטאר וועט טיילן מעדעצין; חזקיהו המלך וועט פארקויפן ווייטאמינען און וועט פילטערן אלע וואסער פון די סכנה'דיגע פלארייד. מען וועט מאכן עקסערסייז. עס וועלן אויפגעשטעלט ווערן דאיעט צענטערס. יעדער וועט פוצן די ציין, און שפריצן דיאדרענט, און מקיים זיין דעם ואנשי קודש תהיו לי, מענטשליך הייליג.

מיר וועלן האבן א אייגענע היימישע וואלוטע, וואס וועט זיך רופן "לייקס". דער עולם וועט שווער ארבעטן צו פארדינען לייקס. וחי אחיך עמך, יעדער וועט ארויסהעלפן און שטיצן דעם צווייטן און טיילן לייקס ביד רחבה (נכלל קאך לעפל און משולם שטיינפעלד, געענדיגט מיט די קמצנות!), און די דאזיגע וועלכע האבן גענומען מיט א גאפל און פארמאגן נישט גענוג לייקס וועלן באקומען צדקה בעפאר די ימים טובים. עס וועט אויפגעשטעלט ווערן א 'לייק גמ"ח' ווי מען וועט קענען בארגן לייקס, און אנשטאט צוריקצאלן וועט מען קענען בלויז שרייבן אפאר גוטע ארטיקלען אדער וויצן, און ס'וועט מקויים ווערן לוו עלי ואני פורע, ומלאכתו נעשית ע"י אחרים.

דער אבן הפינה וועט פארקומען ביז א קורצע צייט.

טייערע ליבע פריינד, מי לשטעטעלע אלי! בנערינו ובזקינינו נלך! הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד!

(עס איז נאך אסאך פרטים געבליבן סטאק אינעם פעדער, האפענטליך המשך יבא בעז"ה ביי די 20,000..... און איך בעט מחילה אויב כ'האב פארגעסן פון א ניק. והנני מברך את כל הקהל הקודש הם ונשיהם ובניהם ובנותיהם ותלמידיהם וכו'.)
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 57 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר