עמעזאן'ס Echo

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 599
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 319 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1354 מאל

עמעזאן'ס Echo

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

עמעזאן איז יעצט ארויסגעקומען מיט א נייע סמארט ספיקער סיסטעם. ס'הייסט Echo. אין Echo דרייט זיך א ראבאטישקע זי הייסט אלעקסי

http://www.amazon.com/oc/echo/

מ'רעדט צו אלעקסי, און אלעקסי ענטפערט. ווילסט וויסען וויפיל אזייגער ס'איז? פרעגסטו, אלעקסי וויפיל אזייגער איז? און זי ענטפערט. וואס איז די וועטער? זי ענטפערט.

מ'קען איר פרעגען אלע סארט שאלות און זי נאשט פון גוגעל-וויקיפידיע און זי שפייט אויס די קורצע ענטפער. ווי הויעך איז געווען די תיבה? ווי אלט איז אברהם געווען ווען סדום איז איבערגעדרייט געווארן? ווען איז רש"י נפטר געווארן? ממש ווי א קאמפיוטער קאפ האט זי אויף אלעס א ענטפער..

אלעקסי קען טון דברים של חול אויך. אלעקסי, לייג אריין א ציין בערשטעל אין מיין שאפינג קארט. אן קיין צעגערנישען ווערט אלעס גלייך ערלעדיגט.

איינע פן די אינטערעסאנטע מעלות וואס  Echo  האט איז; זי האט אויסגשפיצטע אויערן. מ'דארף נישט שרייען צו עס. קענסט רעדן צו עס פון די אנדערע זייט צימער און ס'הערט. אלעקסי, שפיל מיר אברהם פריעד. און זי פאלגט גלייך. איר אויערן הערן בעסער ווי א מענטש. און אנדערש ווי די אלע באקאנטע שיקסע 'סירי' טוט אלעקסי ריספאנדען אן רירען סיי וואספארא אלעקטראנישע קנעפלען.

שפילט גלייך אריין שבת. מ'רעדט נישט פון ביי אונז און וויליאמסבורג ח"ו ווייל אלעקסי איז יונק נאר פון ווייפיי. אז מ'רייסט אויס איר מקור איז זי א דומם. אבער ביי שארית ישראל. ווי אלעקסי, מיט א פילטער אנגעטוען צניעותדיג, גייט זי לכאורה בשיינען יידישע הייזער אט אט. פרעגט זיך א שאלה. דארף מען איר ארויס טרייבען פון א יידישע הויז שבת? סך הכל האט זי א אוזן קשבת. מעג מען רעדן ווען זי איז אינדערהיים? מעג מען רעדן צו איר שבת? ס'איז קומט עפעס פאר ווי א כלאחר יד פון ערשטע דעגרי. איז שייך ביי איר די פראבלעם  פון השמעת קול? ס'איז נישט דא קיין פיזיקעל אקטיוויטי. זי רעדט אויך ווי יעדער איינער. ס'איז נישט קיין זילות שבת און נישט קיין מראית עין. אפשר גאר איז דאס אמירה לעכו"ם?
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר