דבורה פעלדמאן און איר בוך

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
קרעמער1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 246
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 12, 2012 11:04 am
האט שוין געלייקט: 274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

דבורה פעלדמאן און איר בוך

שליחה דורך קרעמער1 »

ס'איז מיר א פלא אז איך טרעף נישט דא קיין אשכול דערוועגן ווען אין אלע היימישע זייטלעך בארירט מען די נושא יעדער אויף זיין שטייגער.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=54&t=16604

http://balboos.com/forum/index.php

(אויב ס'איז יא דא ביטע לינקען אהין)

איך האב נישט דורכגעליינט דאס ביכל און באמת קען מען נישט גיין אפפרעגן יעדע שטות און שקר וואס זי שרייבט. כ'וועל בלויז צוברענגען א דרשה וואס זי האט געהאלטן פארגאנגענעם דאנערשטיג נאכט
http://deborahfeldman.tumblr.com/post/1 ... ulent-last

קודם א קורצע לימוד זכות אויף איר: ווי יעדער ווייסט האט זי געהאט זייער א שווער לעבן, זי האט אסאך דורכגעמאכט אין די יוגנט וכו' וכו' ממילא קען מען איר נישט דן זיין, בפרט ווען זי האט דאס בלויז געטוהן פאר געלט.


זי פארענטפערט זיך דארט אז וועגן דעם רעספעקטירט זי נישט די פריוואטקייט פון איר מאן, ווייל ער האט איר געוויזן אז ס'איז "אקעי" נישט צו רעספעקטירן פריוואטקייט.

קודם כל יעדער פארשטייט אז ס'איז נישט קיין פארגלייך פון רעדן צו אפאר חברים אדער רבנים ווי צו באשרייבן אין א בוך וואס גייט ארויס אין די גאנצע וועלט.

והשנית איז אזוי, די טעמע פון אויספלוישן יעדעמס פריוואטע פראבלעמען איז באמת א זאך וואס שטערט אסאך מענטשן ביי אונז (ובתוכם אני הקטן), און עס ברויך אפשר א תיקון. אבער איך גלויב אז דאס איז בערך אזוי אין יעדע "טייט קאמיוניטי", און מען ברויך אינאכט נעמען אז דאס קומט נישט פון שלעכטיגקייט נאר פון טיילווייז א ווילן העלפן יענעם און אפשר אמאל סתם נייגעריגקייט.
אבער ס'איז אמת אז דאס אריינשטופן די נאז אין יעדעמס טעפל ברויך א שטיקל תיקון, און באמת ווערט דאס אטאמאטיש בעסער ווי גרעסער דער היימישער עולם ווערט.


נאך א זאך וואס זי זאגט: אז בלויז די מענער "ענדזשויען" די חסידישער לעבן. זיי קענען טאנצן הקפות בשעת זיי מוזן שטיין און קוקן פון ווייבער-שוהל...

דאס ברענגט מיר בלויז זיך צו דערמאנען ווי שטארק איך פלעג מקנא זיין מיין שוועסטער ווען איך פלעג דארפן גיין אין שוהל - אדער אין חדר ביי א שניי - און זי פלעגט בלייבן אינדערהיים וכדו', און ווי זי פלעגט מיר מקנא זיין ווען איך האב געהאט די יונגעלישע פריוויליגיעס בלא בלא בלא...

אבער ווען כ'בין אביסל עלטער געווארן האב איך אנערקענט אז יעדע זאך האט זיך זיינע מעלות און חסרונות. און ס'איז דא זאכן וואס מען קען מיטן בעסטן ווילן נישט טוישן ממילא ברויך מען פרובירן ארויסצונעמען דאס בעסטע וואס מען קען פונעם מצב וואס מ'שטייט.


אויף דעם וואס ס'איז דא גראבע שקרים אין איר בוך, פרעגט זי פארוואס מען פאקוסט אויף דעם ווי איידער אויף די מעשה זעלבסט (איר הערט א פראגע?), און זי טענה'ט אז אויב עס איז ווען אזוי פול מיט שקרים ווי מען זאגט (און ס'איז... נאר איין זאך: מען טראגט נישט די קינדער צום דאקטאר! איר הערט?) וואלט מען געמאכט א ריקאל דערויף!

כאילו ווייניג פיקציע ביכער זענען פארהאן אויף די פאליצעס, און די רעגירונג האלט קאנטראל אויף יעדע בוך צי עס שרייבט אמת אדער נישט...

ס'איז גראדע שוין געווען אן ארטיקל אין די דעילי ניוס איבער אירע ליגנס http://www.nydailynews.com/new-york/has ... z1nsXwhmhY. און די אויסטערלישע שקרים האבן למעשה היבש אונטערגעמינעוועט די פאפולערקייט פונעם ביכל אזש זי האט שוין געמוזט גיין געבן א טשאלנט אוופטריט...

המשך יבוא בל"נ
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קרעמער1, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דער מהר"ל איז זייער קעגן סיי וואסערע "צענזור" און איז שטארק פאר "פרייהייט פון ווארט"
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7.95.D7.99

דער אשכול פארמאגט 97 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר