המלוכה והממשלה האט געשריבן: כ'וואלט גע'בעט אז ער איז א גרעסערע מאמין ווי ענק אלע. .
איך בין גרייט צו בעט'ן, וויפיל ביסטו גרייט איינצולייגען?
איך אויך האט געשריבן:דאס איז אויפן רבי'ן אליינס אבער אויף די מאפיאנערישע אנשי דלא מעלי מיט וועם ער איז ליידער געווען ארומגענומען ,וואס משום איזה סיבה האט מען זיי באקרוינט מיט די טיטלן 'חכימה דיהודאי' און 'לייב גווארדיסטן' וואס מיר אלע ווייסן אז די באנדיטן זעען געווען עלול אויף דאס ערגסטע (און אלעס ביז אהין) אויף זיי איז נישט דא קיין שום ענין מחפה צו זיין ואדרבה אבות לבנים יספרו אין וואספארא טעראר וועלט די יארן דמתקריא 'די בראשית יארן' מען האט געלעבט.
ופשוט הוא לכל בר דעת אז אויב וואלט דער רבי זוכה געווען צו זיין ארומגענומן מיט מעסיגע בעלי שכל ומדע וואלט זיין אייגענע הנהגה גאנץ אנדערש געווען און סאטמאר וואלט געטראגן גאר א אנדערע פנים דעמאלטס און היינט.עכשיו שלא זכינו זעמיר טיף אין תחת.
עס איז מיר אויסגעקומען מיט אפאר טאג צוריק זיך ארומצוטענהן מיט א נאנטער ידיד מיינער וואס איז געווארען אביסל אויפגעקלערט און זיך ערקלערט אויבער חכם און פארשטייט בעסער פון אלעמען
צווישען זיינע רייד איז מיר אויסגעקומען אז מער ווייניגער איז ער געווארן גאר קלוג מיטן ליינען און דורכנישטערן אפאר איבערגעקלוגטע איינגערעדטע חכמים פון ק''ש, צווישען אנדערע האט ער מיר איבערגעוויזען אז די קלוגע דארטן האבען רעכט מיט די אויפקלערונג אז שפייען אין יענעמס קאווע איז נישט א איבעלדיגע זאך, אויב דער שפייער זעלבסט זעהט נישט אין זיין שפייעכץ קיין עקלהאפטיגקייט
איך האב פאר מיין חבר גענטפערט גאנץ קורץ אויף דעם גאונישער בייפאל, ענדערש זיין פארנומען וואכן לאנג מיטן שפיל אינטערן בילד (כדרכן של חברי אייוועלט) און זיך אינטערהאלטען מיט דעם, ווי איידער צוקומען צו א שטאפעל פון חכמה צו פארשטיין אז שפייען אינעם קאווע פון א צווייטען איז א נארמאלע זאך
10 חברה האבען זיך איינגעשריבען זייט די קאמפיין איז אריין אין קראפט, ברוכים הבאים פאר די פרישע תושבים