המקובל רבי חיים כהן - החלבן

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

המקובל רבי חיים כהן - החלבן

שליחה דורך הוגה »

[justify]אין ליכט פון קאווע טרינקער'ס דערמאנונג איבער דער מיסטעריעזע פערזאן, בין איך אינספירירט געווארן צו שרייבן איבער נאך א מיסטעריעזע פערזאן; רבי חיים כהן המכונה "החלבן" . להוי ידוע אז א טייל וואס איך שרייב איז מכלי ראשון ושני, וואס כ'האב געזעהן אליין און געהערט פון באקאנטע, און א טייל איז פון די מידיע און אינטרנט, אבער בשו"א נעם איך נישט אחריות אויף אמיתות הדברים. אליינס האב איך געהאט דריי encounters מיט רבי חיים, 2 זענען געווען פערזענליך. ווער עס ווייסט מער ווערט געבעטן מוסיף צו זיין.

ווען מען רעדט פון די חלבן דארף מען וויסן אז מען רעדט נישט דא פון סתם א מקובל וואס לערנט כתבי אר"י, און דאווענט פון א סידור הרש"ש. ער און אלע מקובלים ארום אים, רבותיו וחבריו טראגן אן אינטערעסאנטע מיסטעריע ארום זיך, זיי זענען די מערסט "באקאנטע צדיקים נסתרים" אין די לעצטע הונדערט יאר. בעל שמ'סקע מעשיות, און "קבלה מעשיות" איז די norm ביי זיי. זיי רעדן איבער גילוי אליהו ווי עס וואלט געווען א חסידישע מנהג, און גילוי עתידות איז א דבר יום ביומו. א טייל פון די גרויסע גילויים ווייסן מיר פון די מענטשן וואס האבן עס מיט געלעבט, אדער פון אנדערע "צדיקים" וואס האבן מעיד געווען. און א גרויסע טייל פון די גילויים ווייסן מיר מפי קדשם אליין, נאך דעם וואס זיי האבן געפילט די נחיצות עס מגלה צו זיין פאר אונז, על אף היותם צדיקים "נסתרים".

כמדומני אז ער איז געבוירן געווארן אין טערקיי, אבער ער איז א ישראלי אדורך און אדורך (געדינט אין די מיליטער). מען רופט אים די "חלבן" צוליב דעם וואס פון פאך אויס איז ער א חלבן - א קעז פראדוצירער. ער ארבייט שוין לאנגע יארן אין א קעז פעקטארי אין די אזור התעשייה אין תל אביב. אבער א יעדע איבעריגע מינוט, אריינגערעכנט אין מיטן די ארבייט און לאנגע שעות ביינאכט זיצט ער על התורה ועל העבודה.

ביז בערך פאר פופצן צוואנציג יאר צוריק האבן אים גאר ווייניג מענטשן געקענט, טראץ דעם וואס רעגירונגס לייט און מיליטערישע פירער זענען זיך כסדר געקומען אדורך שמועסן און שואל עצה זיין מיט אים, און כאשר יגיד כן היה. אבער אין יענע צייט האט זיך אלעס פלוצלינג געטוישט, זיין נאמען איז באקאנט געווארן אלץ אן איש אלוקי איבער די לענג און ברייט פונעם לאנד. טויזנטע אידן פון אלע שיכטן און קרייזן האבן אנגעהויבן צו שטראמען צו אים צו לערנען תורה, מאכן תיקונים, און איבער אלעם צו פועל'ן ישועות. אויך האט די מידיע - סיי די פרומע און סיי די פרייע - אים אנגעהויבן צו דעקן פונקט ווי אלע אנדערע אדמורי"ם ומקובלים.

מיין ערשטע באגעגעניש מיט אים איז געווען בערך פערצן יאר צוריק. איך בין צופעליג אריינגעפאלן ביי א גרויסע רבי'שע חתונה פון איינע פון די שיינע הויפן אין ירושלים. דארט האב איך אים די ערשטע מאל געזעהן אויפן אויבן-אן, ווי שיין די רביס האבן אים אויפגענומען און געוואונטשן איינער דעם אנדערע מיט אן הערצת פנים. איך האב ביז דעמאלטס קיינמאל נישט געהערט פון אים. אבער מיין קליינע מח'ל האט בשום אופן נישט געקענט אקצעפטירן וואס מיין שכן האט מיר פארציילט. אז אליהו הנביא איז זיך מגלה צו א איד א מגולח? אז א איד וואס גייט מיט א בלויע העמד און א סוועטער זאל קענען סתרי תורה? כ'מיין די אמאליגע ל"ו צדיקים זענען געגאנגען מיט קאסקעטלעך אבער נישט מיט די פויערישע דאשיק. איך האב דעמאלטס נישט געקענט דערהייבן אז דאס קען זיין לעגיטים.

אפאר חדשים שפעטער איז אין ירושלים פארגעקומען א גרויסע געשעהניש. די ראשי ישיבה פון די ישיבה למקובלים "שערי שמים" האבן פאר א לאנגע צייט געשריבן א ספר תורה בקדושה ובטהרה, ע"פ מנהגי וכוונות הקבלה, און לכבוד דאס פארענדיגן האבן זיי געפייערט מיט א גרויסארטיגע הכנסת ספר תורה. אויף די דעקל פון איינע פון די וועכנטליכע אויסגאבעס איז געווען א בילד פון די פייערונג, מען האט געזעהן פינף עלטערע אידן טאנצן אינאיינעם אין א שורה אנהאלטענדיג די הענט לכבודה של תורה. פיר זענען געווען מראשי הישיבה און אין דער מיט איז געווען די חלבן. נו, זעהנדיג פיר באקאנטע מאה שערים רבנים מיט לאנגע ווייסע בערד נעמען ארום די חלבן, האב איך געזעהן אז יש דברים בגו.

פון דעמאלטס האב איך אנגעהויבן צו הערן מער און מער איבער אים, וועלכע רביס שוקן זייערע שווערע קוויטלעך צו אים, סיפורי מופתיים, ווי ער ליינט די שטערן פון מענטשן און זעהט אלעס, גילוי עתידות. אויך האב איך אויסגעפונען מער פערזענליכע פרטים. פון איין זייט אז זיין ווייב גייט מיט הויזן, און די סיבה פארוואס ער גט איר נישט (פארן נישט זיין פרום) איז ווייל זי איז א ריכטיגע אשה רעה מיט אלע הידורים און ער וויל נישט ארויס לאזן אזא מציאה פון די הענט. מיין חבר האט מיר פארציילט אז ער האט אים איין מאל אהיים באגלייט פון זיין וועכנטליכע שיעור בספרי חסידות אין בני ברק (ווען מען האט עס נאך געקענט טון) און ער האט אליין געזעהן ווי זיין רעביצין איז אים מקבל פנים מיט מכות רצח מיט א בעזעם, און רבי חיים האט בכלל נישט רעאגירט.

פון די אנדערע זייט האב איך אויסגעפונען אז רבי חיים האט געהאט גרויסע רביס, ספרד'ישע און חסיד'ישע. אויך האט ער זיך געדרייט און פארברענגט אין איין חבורה מיט אנדערע צדיקים נסתרים. צווישן אנדערע מיט רבי יוסף וולטוך, די גאסן קערער פון ירושלים. רבי משה יעקב, די שוסטער פון יפו; ער איז געווען א תלמיד פון די בעל הלשם, און רב קוק האט געזאגט אויף אים געוואלדיגע זאכן. רבי יהודה פטילון, די ארטיסט פון יפו. אויך האט ער געלערנט ביי די אלטע מקובל פון באגדאד רבי יהושע שהרבני, וועלכע האט געלערנט מיט די בן איש חי, ער ליגט אויפן הר הזיתים הארט נעבען די רש"ש. א יעדע פון די אינטערעסאנטע דמויות פארדינט זיך אן עקסטרע באשרייבונג.

נאך א פערזענליכע באגעגעניש איז געווען געציילטע טעג פאר מיין חתונה. איך בין פונקט בהשגחה אנגעקומען צו די הויז פון א ידיד ווען ער איז געווען אויפן וועג ארויס, און איך האב געהערט ווי ער זאגט פאר זיין ווייב אז ער פארט זיך אדורך רעדן מיט רבי חיים און ער קומט באלד צוריק. טראץ דעם וואס איך בין געווענטליך נישט נאכגעלאפן רביס און מקובלים האב איך דאס מאל זיך אריינגעזעצט אינעם טעקסי און איך בין מיטגעפארן. מיר זענען אנגעקומען צום קעז פעקטארי ארום צוועלעף - איינס מיטאג, די גאנצע געגנט פארנט פונעם בנין האט געשמעקט פון זויערע מילך. מיין ידיד איז אריין אינעווייניג און ער האט מיר געהייסן ווארטן אינדערויסן. בערך פופצן מינוט שפעטער קומט ער צוריק ארויס אין באגלייטונג פון די חלבן וועלכע איז געגאנגן אנגעטון מיט א גרויסע שירצל און קני-הויכע גומעמע שטיוול. זיי האבן אזוי געשמועסט ביז זיי האבן דערגרייכט די טעקסי. מיין ידיד האט דאן געבעטן רבי חיים זאל מיר אנוואונטשען לרגל מיין בעפארשטייענדע חתונה. ער האט שטארק געוואונטשן אין לשון הקדש (דאכצעך מיט די האנט איבער מיין קאפ). דערנאך האט ער זיך אויסגעדרייט צו מיין חבר און ער האט אים עפעס געזאגט וואס ער האט נישט געקענט וויסן אן רוח הקדש. ער זאגט פאר מיין חבר - טייטל'נדיג אויף מיר - "יש לו נשמה נקיה" עכ"ל. דעמאלטס האב איך קלאר געזעהן זיין הייליגע בליק. :lol:

ווי שוין דערמאנט פריער האט ער דעמאלטס פארגעלערנט א וועכנטליכע גרויסע שיעור אין ספרי חסידות (דאכצעך ספר מאור ושמש). אויך האט ער כסדר אנגעפירט תיקונים ברוב עם, ספעציעל אין די ימי השובבים דאווענדיג מנחה מיט די ענני פון די רש"ש. הונדערטער פון אלע שיכטן און קרייזן האבן זיך באטייליגט, אבער קיין געלט האט ער קיינמאל נישט גענומען ביי קיינעם. פאר אפאר יאר צוריק בין איך געווען אין ארץ ישראל און עס האט מיר אנגעשמעקט א באגעגעניש. אבער כ'האב דעמאלטס אויסגעפונען אז ס'נישט אזוי פשוט. עס איז שוין דא א גאנצע הויף, מיט גבאים, דרייווערס, ארגעניזאציעס, פראטעקציע וכו'. איך ווייס נישט וויפיל איז בהסכמתו ובידיעתו. איך וועל מיך דערווייל אפשטעלן דא, און לאזן אנדערע שרייבן וואס זיי ווייסן.




.[/justify]
בייגעלייגטע פיילס
800px-_.jpeg
800px-_.jpeg (52.98 KiB) געזען געווארן 5463 מאל
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

דער אשכול פארמאגט 72 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר