למעשה #10 קנין חכמה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1572 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2183 מאל

למעשה #10 קנין חכמה

שליחה דורך פארוואס? »

מיר האבן שוין געזעהן פון מצטמק ויפה פארוואס עס איז אזוי וויכטיג צו גיין שטודירן מצד די קללה פון בזעת אפך תאכל לחם. אבער איך וויל ארויסברענגען אביסל אן אנדער אספעקט, וואס איז דער ציהל מיטן גיין שטודירן.

אלזא, איך מיין אז עס איז דא אסאך וואס זיי זעהן דערין נאך א דערגרייכונג, אויסער די געלט וואס מ'קען מאכן, (און דעריבער וועלן זיי לאו דוקא אויסקלויבן זיך צו ספעציעליזירן אין די פעלד ווי זיי קענען מאכן די מערסטע געלט), זיי ווילן טוהן אין לעבן עפעס וואס וועט זיי געבן די ריכטיגע סיפוק, זיי ווילן זיין פארנומען איבערן טאג מיט זאכן וואס זיי פיהלן אז זיי טוהן עפעס אויף, מיט עפעס וואס געבט זיי די געפיהל אז זיי נוצן אויס זייערע כשרונות נענטער צום מאקסימום.

אן אינטרעסאנטע זאך, וואס מ'שטויסט זיך זייער אסאך מאל אין אונזער קאמיוניטי איז דאס וואס איז באקאנט אלס אפעקט דאנינג-קרוגער, אז צומאל קענען מיר זעהן ווי די וועלכע האבן קיינמאל נישט שטודירט, לעבן אין א דמיון אז זיי פארשטייען בעסער פון אנדערע אין דעם דאזיגן תחום. זיי לאכן-אפ און זענען מזלזל אין די ווערק פון חכמים צוליב זייער חוסר ידיעה אין די עניינים, פאר דעם אליינס ברויך מען שטודירן, וכמאמר החכם "תכלית הידיעה שנדע שלא נדע".

א נארמאלער אינטעלעגענט און געזונטער מענטש, וויל נישט לעבן א לעבן פון איגנאראנס, ער וויל נישט פיהלן אז די וויכטיגע אינפארמאציע וואס ער האט די רעכט צו האבן צוטריט זיי, ווערן צוגענומען פון איהם צוליב סיבות שונות ומשונות. 

דאס וואס אונזערע מלמדים און מחנכים האבן אונז פראבירט איינרעדן אז אלע חכמות קען מען טרעפן אין די הייליגע תורה, האט שוין נישט קיין תוקף. אונזער אמונה פשוטה אז חכמה בגויים תאמן, איז שטערקער פון אלע מהפכים פון זמיר כהן. 

די מינוט וואס מיר גייען דערצו מיט דעם צוגאנג, זוכן מיר נישט צו שטעלן קרעדיטס פון חפץ חיים און משנה ברורה, אונזער מטרה איז נישט נאר צו באקומען א טרוקענע צעטל וואס דערציילט אז מיר האבן אדורכגעשטיפט די פארשריפטן. מיר ווילן זיין עדזשיוקעיטעד לשמה. 


---
ובכן, זוכן מיר צו טוהן כל אשר בידינו צו קענען טאקע גיין אין קאלעדזש. אבער שוין, דאס איז מסור לכל אחד ואחד לפי דרגתו ולפי מצבו. אבער וואס קענען מיר טוהן דא אין שטיבל דאס צו גרינגער מאכן?

אלזא, ווי אויסגעשמועסט אין אנדערע אשכולות דא אין שטיבל, איז די בעסטע אפציע צו גיין אין א געהעריגע קאלעדזש, מיט פיזישע קלאסן, און טוהן צו דער זאך. 

אמנם דא עקא, נישט יעדער קען עס באווייזן. איז איינמאל זיכער אז ליפטר בלא כלום אי אפשר. פארוואס זאלן מיר נישט לפחות פראבירן צו שטודירן אונליין. 

אלס א נאה דורש ונאה מקיים, און אלס איינער וואס קען נישט מסיבות שונות ומשונות גיין שטודירן לעת עתה, וויל איך מציע זיין א געדאנק "למעשה", וואס אויב וועט ער ארויסגיין מן הכח אל הפועל, וועט עס זיין א גרויסע תשועה למחפשי חכמה. 

די רויע געדאנק איז צו מאכן א גרופע דא אין שטיבל, וואס וועלן צוזאמען שטודירן א געוויסע תחום, אין וועלכע זיי וועלן האבן אינטערעסע. איך האף אז דער עולם וועט ארויסהעלפן צו אויספלאנירן אז עס זאל קענען זיך אויסארבעטן. די אפטאמיסטן זאלן אויפגעקומען מיט קריעיטיווע געדאנקען, און די רעאליסטישע מענטשן זאלן עס אראפשטעלן על קרקע המציאות. 

סא, לאמיר אנפאנגען אזוי, די געדאנק פון שטודירן אונליין, איז נישט קיין נייע געדאנק, און עס איז שוין אויסגעשמועסט געווארן בין כותלי השטיבל די חסרונות און מעלות דערפון. 

אבער דאס וואס איך וויל דא מציע זיין, איז א פלאן וואס זאל פראבירן זיך צו מתגבר זיין אויף די פראבלעמען וואס זענען דארטן אויסגערעכנט געווארן. 

אין אן אנדערע אשכול האט שוין [tag]הערשי[/tag] אמאל אראפגעמאלט בטוב טעם ודעת, איבער די חסרונות פון אונליין קורסעס. 

איך מיין אז דער עיקר פראבלעם איז, דאס וואס הערשי האט אראפגעלייגט בלשונו הזהב:

מ'דארף צו פארמאגן שטארקע דיסציפלין צו זיין די אייגענע באלעבאס. די ערשטע וואך פארט מיט א התחדשות, אבער נאכדעם שטאלפערט מען זיך אן אין א שווערע סוגיא וואס מ'פארשטייט נישט באלד און מ'פאלירט די חשק. אין די ראמען פון א קאלעדזש קורס ווייסט מען אז מ'מוז ווייטער גיין. נישטא קיין חכמות. מ'מוז דורכמאכן די קורס, ווייל אז נישט גייט מען דורכפאלן און מ'וועט דארפן זיין חוזר לראש, פריש איינצאלן, בלייבן אונטערשטעליג, און ועל כולם באקומען א שלעכטע צייכן. די פרעשור צווינגט צו א התמדה וואס אין רוב הציבור יכול לעמוד בו על דעת עצמו. אז זמן הבחינה אויף פרקים 8-15 איז באשטימט אויף קומעדיגע וואך דינסטאג, מיינט דאס קיין שבת נאכמיטאג שלאף, קיין חנוכה פארטיס, און וואכנאכטס אין כאן, אבל יש כאן צוויי קאנעס רויטע-שטירן און לילה כיום יאיר. הבוקר אור און מען קען זיך לאזן פארהערן אויף פרקים 8-15. פינטל. און אזוי, און נאר אזוי, קען מען ערגעץ אנקומען.


סא, לאמיר געבן עטליכע טיפס (עס דערמאנט אביסל וואס דער מג"ש פלעגט זאגן אין ישיבה...), ווי אזוי מ'קען מצליח זיין אין אלגעמיין צו לערנען אונליין.

    1). קביעת עתים - דו דארפסט זיך אפמאכן א ריעליסטישע קביעות'דיגע צייט, ווען דו גייסט קענען רואיג זיצן און זיך פולערהייט קאנצעטרירן אין דאס וואס דו גייסט לערנען. (כ'וואלט געראטן אז עס זאל זיין דוקא די ערשטע זאך וואס מ'טוהט אויפן קאמפיוטער במשך די צייט וואס מ'האט אוועילעיבל דערפאר).

    2). דע את אשר לפניך - בשעת דו פאנגסט אן צו לערנען, זאלסטו וויסן וואס דו ווילסט לערנען, און גיי דערמיט די גאנצע צייט. טאנץ נישט פון איין נושא צום צווייטן.

    3). סדר הלימוד - זאלסט האבן א סייט / בוך וואס לויט דעם גייסטו, און דו גייסט מיט דעם סדר. (אויב פארשטייסטו נישט עפעס קענסטו מאכן א גוגל סיערטש, אדער א וויקיפעדיע, אבער אייביג זאלסטו צוריק קומען צום זעלבן מקור).

    4). מנע הפרעות - טוה נאר איין זאך אויף איינמאל, טאנץ נישט פון איין ווינדאו צום צווייטן, ווייל כאטש דער קאמפיוטער איז מולטי-טאסקינג, דיין מוח איז לכאורה נישט אזוי. דו וועסט נישט מצליח זיין אויב לערנסטו נישט מיט א רצף. סא, מאך צו אלע פראגראמס, אלע ווינדאוס און טאבס, און לאז אפן נאר דאס וואס דו קאנצעטרירסט זיך יעצט.

    5). בלאק סאושעל מידיא - אויב ארבעסטו נישט פאר אן עמערדזשענסי ארגעניזעישן, דאן מאך צו אלע מעגליכקייטן דיר צו קאנטאקטן בשעת דו לערנסט, האלט א דיסטענס פון סאושעל מידיא (אינקלודינג קאווע שטיבל). קענסט זיך מאכן א קביעות'דיגע צייט (למשל - יעדע האלבע שעה) וואס דו ענטפערסט דיינע מעסעדזשעס.

    6). טעסטס און טשאלענדזשעס - צו יעדע זאך וואס דו לערנסט, מוזטו טוהן עקסערסייז, דו מוזט ענטפערן א טעסט, אדער זיך מאכן אליינס טשאלענדזשעס.

    7). הילף פון חברים - טרעף זיך חברים וואס דו ווייסט אז זיי האבן שוין אדורכגעלערנט דעם נושא וואס דו לערנסט, און אז זיי זענען גרייט דיר צו ארויסהעלפן ווען דו ווערסט סטאק.


איך וואלט געדארפט מאריך זיין, אבער הגיע זמן הלימוד.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר