ביטע לייענט די פרישע הודעה אינעם "ווארט צו דעם נייעם מעמבער"

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1256 מאל

שליחה דורך דריידל »

די פרישע תקנות ואיסורים דארפן אריינגעשטעלט ווערן אין אכשר דרא אשכול
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
קעלנער
מנהל תשע"ד-ע"ו
מנהל תשע"ד-ע"ו
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל

שליחה דורך קעלנער »

וועגן דעם ענין פון דאפעלטע ניקס. די עולם געדענקט אוודאי אז א צייט צוריק האבן מיר זיך געוואלט נעמען דערצו און רעגעלירן דאפעלטע ניקס. למעשה האט די עולם געהאט טענות דערויף אז די הנהלה דארף נישט מיטהאלטען אויב איינער זעהט פאר וויכטיג צו מאכן א פרישע ניק, און מיר האבן געגעבן גערעכט פאר די דעה. הגם מיר האבן אוועקגעשטעלט פרינציפן וואס מאכן שווערער צו פארדרייען א קאפ מיט דאפעלטע ניקס.
יעדער פארשטייט אז געוויסע האבן בארעכטיגטע סיבות צו מאכן נאך א ניק, אבער מ'דארף נאך אלץ זיין מענטשליך. וועגן דעם וואס דאפעלטע ניקס פארדרייען א קאפ פאר יחידים איז באמת נישט דא וואס די הנהלה קען טוהן. עס איז א מענטשליכקייט זאך, און לעיקוואד איז גערעכט אז עס איז נישט קיין יושר. בסך הכל קען מען מעורר זיין אז מ'דארף זיין מענטשליך.

וועגן טראלס. לעיקוואד איז אויך מודה אז דאס איז א פראבלעם, און אז עס איז אנגענומען ביי פילע פרעסטיזשפולע וועבסייטס און פארומס צו בלאקירן טראלס. וויבאלד א טראל טרעפט אייביג א וועג ווי אזוי זיך ארויסדרייען פון די קלארע פרינציפן, איז באמת נישט דא קיין לשון וואס מיר קענען שרייבן אז אויב איינער טוהט כך וכך וועט ער האבן א דין פון א טראל און ווערן אויסגעשפארט. אדרבה, לעיקוואד, אויב קענסטו אויפקומען מיט א קלארערע לשון וואס וועט סיי געבן פאר די הנהלה די כלים צו קענען בלאקירן טראלס און סיי נישט געבן צופיל קאנטראל אז מ'זאל נישט קענען יעדעם אפ'פסק'ענען ווי א טראל, שרייב עס אראפ, און מיר זענען גרייט עס אנצונעמען.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6290 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

הער איך, יידל האט אויך גע'טענה'ט ענליך, איך האף מסתם וועט מיין מחאה גענוג זיין עס זאל נישט באנוצט ווערן דער כלל לרע סתם ווען איינער געפעלט נישט. נישט אלעס לוינט זיך מגדיר זיין. מיין רבי פלעגט זאגע אויך יעדער ספר כללים דארף מען צושרייבען "מיט שכל".
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

איך ווייס נישט וואס די געפילדער איז דא. איך בין אויך א גאר שטארקער פרידאם אוף ספיטש קעמפער און שארף קעגן צענזור און שאריע געזעץ. ס'איז אבער א קנאפע סוד אז ס'דרייען זיך צווישן אונז ערשט-קלאסיגע טראלס וואס זענען געלערענטע עקספערטן אין די פעלד פון אשכולות פארדרייאכטס און נערווען-קריכן געמויזאכטס. ערגער דערפון, די יעניגע, וואס כ'וועל נישט נוקב בשמם זיין מפני דרכי שלום, זענען אזעלכע וואס מפני איזה סיבה שיהיה פארשטייען נישט — נישט בלויז נישט אויפ'ן ווינק, נאר אפילו נאך א מנין ווארענונגען.
קיינער איז נישט מחיוב צו ליידן וויבאלד דא הערשט פרייהייט פון אויסדריק, און קאווע שטיבל איז נישט קיין פלאטפארם פאר אומסטאבילע פאציענטן. די גאנצע וויכוח דא דערמאנט מיך פון יענער וואס האט פארפירט אז אמעריקע איז נישט קיין דעמאקראטישער לאנד וויבאלד די געזעץ לאזט נישט מארדן און באלעסטיגן.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6290 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אפטעמיסט האט געשריבן: ס'איז אבער א קנאפע סוד אז ס'דרייען זיך צווישן אונז ערשט-קלאסיגע טראלס וואס זענען געלערענטע עקספערטן אין די פעלד פון אשכולות פארדרייאכטס און נערווען-קריכן געמויזאכטס. .

איך האב נישט געוואוסט פון דער סוד. איך זעה נישט עס זאל זיין דא אקטיוו ניקים וואס פארדרייען אזוי אז דער פורום זאל נישט קענען נארמאל אנגיין. איך פארשטיי אז דער הייסט ביי דער א קאפדרייער און ביי דער צווייטער גאר פארקערט, איך האב זיך אויך מיינע פערעזענליכע מיינונגען ווער דרייט א קאפ און ווער רעדט צו'ם ענין, איך זעה דאס אבער נישט פאר א סיבה אז איינער זאל זיין א טראל מען זאל עם אויסשפארען. ועל זה הערתי. ויפה השיב קעלנער מטעם ההנהלה, און איך האף מען טוהט מיט שכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1041 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

[tag]לעיקוואוד[/tag], כ׳בין לגמרי מסכים מיט דיר לגבי דער ענין פון ניק׳ס, אבער דער שאדן וואס א ״טראלל״ מאכט אן איז פיל ערגער, לדעתי.

דער גענויער גדר איז אפשר אביסל אומקלאר, אבער לפע״ד דארף דער דעצירנדער פאקטאר זיין באזירט אויפ׳ן פאקט צו דער באטרעפנדער איז מוסיף דברים של טעם צום שמועס אדער זוכט ער בלויז צו פארדרייען א קאפ.

למשל (אנטשולדיגט פאר׳ן נעמען דעם שמועס אין א פערזענליכ׳ן ריכטונג, כ׳מיין נאר לשבר את האוזן און נישט חלילה צו באליידיגן), קאפקע איז לדעתי אן אינטעלעגענטער טראלל, ער איז קענטליך באהאווענט במילי דעלמא אבער פארט איז גאר שווער צו האבן מיט אים א נארמאלער שמועס, ער ריכטעט און פרובירט כמעט איבעראל אריין צו קוועטשן זיין איינזייטיגיע אגענדע, דרייט אן ויכוחים אבער ווערט נעלם ווען מ׳ענטפערט דברים של טעם.

געווענליך, וועלן זיינע פעולות אראפ פירן א אשכול׳ס נושא פון די שינעס, אבער שוין מילא, כ׳קען אים סובל זיין און איגנארירן בדרך כלל (וואו נישט וואו, גיבט ער צו צום פארום בכלליות).

ווידעראום, אזא ניק ווי זוכער זוכט סתם צו האקן אין קאפ און איז ווי אויף א לבנה קריכער מיסיע אויסצושרייען ז׳ פעמים (קהל וחזן): ״משה אמת ותורתו אמת!״, ער ברענגט נישט קיין פרישע סברות און מ׳טרעפט אים שווער אין אנדערע נושאים (עכ״פ לעצטענ׳ס).

ער באגענוגט זיך נישט בלויז מיט׳ן ערקלערן זיין מיינונג (זעלטן בטוב טעם ודעת) נאר איז מעלה גרה און חזר׳ט איבער להכעיס די זעלבע טענה נאכאמאל און נאכאמאל ביז א נארמאלער נושא ווערט פארוואנדלט אין פירקלעריי און א קינדער שפיל.

דאס איז א ריכטיגער טראלל וואס איז גורם אז אשכולות זאלן ווערן לאנגווייליג און דער ניווא פון ערנסטע און געשמאקע שמועסן זאלן ווערן פארוואנדלט צו צימעס סטייל דברים בטלים.

דער ציל פון א פארום ווי ק״ש איז אז ס׳זאל זיין א געשמאקער מקום ווי מ׳קען זיך דורכשמועסן בדיבוק חברים פארשידנארטיגע, געמיינזאמע און אויך קעגנזייטיגע ענינים. ממילא ווען ס׳רוקט זיך אן איינער וואס האקט כסדר אריין מיט די זעלבע טענה אן דעם וואס ער זאל צוגעבן עפעס ניי אדער זאכליך צום שמועס, ווערט דאס א לעכערליכער שפיל פון ״דו זאגסט אזוי, זאג איך פארקערט״, און ס׳פארגייט דאס אפעטיט ממשיך צו זיין און ס׳שפירט מער ווי צייט פארשווענדעניש.



נ.ב. מנהלים, אויב איז דאס נוקב זיין בשמם פון די ניק׳ס לדוגמא נישט אויסגעהאלטן, ביטע אויסמעקן און ערזעצן מיט סימנים כגון: *-*- וכו׳.
כאן, חבל טבור הארץ.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך שמערל »

וואס איך פארשטיי נישט, איז וואס פארפירט מען אזוי קעגן טראלס ווען אין פאקט איז דעם טראלס אשכול געווען די מערסטע אקטיוו די וואך, און אפילו מצליח געווען אויפצולעבן ניקס וואס האבן זיך שוין זיך שוין נישט באוויזן דא א שטאק מיט יארן, ווי יודל יואליש וכו' און אפילו בענזשעמין האט אריינגעשמעקט, און נאכדעם האט מען טענות אז א טראל מאכט חרוב דעם פארום?

אדער אפשר קען זיין אז די וועג פון קאמיונעקירן מיט א טראל, איז נאר מיטן זיך איינשרייבן מיטן אלטן ניק, נו אויב אזוי איז דאך די תקנה יא גערעכט, זיי מבטל די טראלס וועט מען זען ווייניגער מענטשען מיט מאלטיפאל ניקס.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3590 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איך בין אמאל געגאנגען צו א היימישע סטאר צוריק געבן עפעס, עס איז נישט געווען די גוטע סייז. ווען איך קום אריין זעה איך א גרויסע סיין "נאו ריטורנס". איך האב פרובירט מיין מזל און געפרעגט דעם געשעפטס מאן אויב איך קען עס צוריק געבן, זאגט ער זייער גערן פארוואס נישט. ווייז איך אים דעם סיין, זאגט ער מיר אז דאס איז געמאכט נאר פאר די יענטעס וואס קומען צוריק געבן זאכן ערב ובוקר וצהרים, זאלן זיי טראכטן צוויי מאל פאר זיי קויפן עפעס.
לענינינו, איך גלייב נישט אז די נייע תקנות וועלן זיך בכלל אנזעהן דא אין שטיבל. די ביז יעצטיגע תקנות קען מען אויך אנקוקן אז עס איז צי שארף, למעשה אבער ווערט דאס בכלל נישט אזוי שטרענג אינפארסירט, און ווען יא, איז עס געווענליך מיט רעכט, וואס יעדער רעכטדענקיגער מענטש וואלט מסכים געווען דערצו. די נייע תקנות וועלן מסתמא אויך גיין אויף דעם וועג.
ווען מען האנדעלט מיט א מענטש וואס דארף טאקע באהאנדלט ווערן, וועט ער אייביג האבן תירוצים אז ער האט נישט עובר אויף די תקנות, מוז מען אלעס ארויס שרייבן ברחל בתך הקטנה. אנשטאט רחמנות האבן אויף דעם איינעם, דארף מען ענדערש רחמנות האבן אויף אלע אנדערע וואס ליידן פון אים.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1547 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

קינד_אן_קייט האט געשריבן:[tag]לעיקוואוד[/tag], כ׳בין לגמרי מסכים מיט דיר לגבי דער ענין פון ניק׳ס, אבער דער שאדן וואס א ״טראלל״ מאכט אן איז פיל ערגער, לדעתי.

דער גענויער גדר איז אפשר אביסל אומקלאר, אבער לפע״ד דארף דער דעצירנדער פאקטאר זיין באזירט אויפ׳ן פאקט צו דער באטרעפנדער איז מוסיף דברים של טעם צום שמועס אדער זוכט ער בלויז צו פארדרייען א קאפ.

למשל (אנטשולדיגט פאר׳ן נעמען דעם שמועס אין א פערזענליכ׳ן ריכטונג, כ׳מיין נאר לשבר את האוזן און נישט חלילה צו באליידיגן), קאפקע איז לדעתי אן אינטעלעגענטער טראלל, ער איז קענטליך באהאווענט במילי דעלמא אבער פארט איז גאר שווער צו האבן מיט אים א נארמאלער שמועס, ער ריכטעט און פרובירט כמעט איבעראל אריין צו קוועטשן זיין איינזייטיגיע אגענדע, דרייט אן ויכוחים אבער ווערט נעלם ווען מ׳ענטפערט דברים של טעם.

געווענליך, וועלן זיינע פעולות אראפ פירן א אשכול׳ס נושא פון די שינעס, אבער שוין מילא, כ׳קען אים סובל זיין און איגנארירן בדרך כלל (וואו נישט וואו, גיבט ער צו צום פארום בכלליות).

איך שפיר זיך אביסל אפגעפאטשט,
איך פרוביר אלץ צו רעדן מיט לאגיק, איך ברענג געווענליך קוועלער צו מיינע ארגומענטן, איך אדרעסיר מיין אפאנענט מיט רעספעקט געווענליך, און איך זע נישט וואו איך ווער נעלם ווען איינער ענטפערט מיר דברים של טעם,

האלטן רוב ליינער דא אויף קאווע שטיבל אזוי? :(

אז איך האב, און איך פארטיידיג, מיינע קאנסענטינג שיטות מאכט דאס מיר א טראלל? :נישטמסכים:

(נישט אז קינד_און_קייט מעג נישט האלטן (און שרייבן) אזוי, נאר איך שפיר אביסל אנטוישט, ווייל איך פרוביר צו זיין ציוויל, זאכליך און שכלדיג, קוקט מען מיר טאקע אן ווי @קינד שרייבט?)
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

ניין. נישט יעדער האלט ווי קינד און קייט, עכ"פ איך נישט — און דאס איז טראצדעם וואס איך שטום נישט צו מיט דיינע שיטות געווענליך.
מעגסט נעמען א קאמפלימענט, יא, דו רעדטס טאקע נארמאל מיט לאגיק און דיין אנוועזענהייט דא איז באגריסענד. ווען איך האב גערעדט וועגן טראללס פריער אין אשכול האב איך גראדע געמיינט א ניק וואס מאכט זיכער דיר צו אטאקירן וואו אימער אן קיין שום פשט. והמבין יבין.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6180 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6309 מאל

שליחה דורך יואב »

כאפטע ועוד. אויב קאפקע איז א טראל דאן זאל נישט עקזיסטירן א תקנה דערקעגן. ער איז א קנאי, ער האלט זיך פעסט צו זיינע פרינציפן און ער איז בארעכטיגט דערצו. ער ביישטייערט א סך חומר צום שטיבל, און ס'וואלט זיך געפאסט אז הרב קינד_אן_קייט זאל אים מפייס זיין.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1547 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

@אפטעמיסט און @יואב
א דאנק,

@יואב, מיין פראבלעם איז נישט מיט וואס @קינד האט געזאגט, ער מעג האלטן וויאזוי ער וויל, (ספעציעל ווען עס איז נישט 'נאר' קריטיק, לשם קריטיק), עס האט מיר נאר געשטערט ווייל איך האב חושש געווען אז דער דורכשניטליכער ק''ש ליינער האלט אויך אזוי, אינדערצייט וואס איך פרוביר דווקא צו רעדן זאכליך און לאגיש,
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16555
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18718 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19049 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ישראל קאפקע האט געשריבן:ווייל איך האב חושש געווען אז דער דורכשניטליכער ק''ש ליינער האלט אויך אזוי


אבסעלוטלי נישט. ביסט א פיינער געשמאקער שרייבער מיט גוטע חומר, אן אינטעליגענטער פערזאן וואס גיט אסאך צו צום שטיבל, ודלא כקינד_אן_קייט, און דיין שיטה איז נישט משנה. ס'טע געהערט אזוינס, מחללי שבתות און אפיקורסים טאלערירט מען שוין דא מער...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5133 מאל

שליחה דורך ראשעקאל »

איך בין מיט קאפקע
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2054 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

קאפקע, איך מיין אנשטאט טראל וואלט קינד און קייט אפשר געמיינט אדער געמעגט ענדערש נוצן דאס ווארט 'סטאבארען', דו קומסט אקראס זייער שטייף מיט דיינע שיטות ווי איינער וואס וויל באמת נישט טוישן אדער נאכגעבן אן אינטש. נישט ווי איינער וואס איז אפען צו הערן אנדערע 'פאקטן' וואס וועט נישט שטימען מיט זיינע שוין אפגעמאכטע מיינונג. אבער ווי אנדערע האבן שוין געזאגט ביזטו אן עססעט דא. אינטעלעקטועלע היסטאריקער ידען רואיגער בכבוד'גער רעספעקטפולער בניחות'דיגער קוואל. קיפיטאפ...
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1343
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 974 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 892 מאל

שליחה דורך petergrifin »

איך בין אײן קאפקע!!
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1547 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

petergrifin האט געשריבן:איך בין אײן קאפקע!!

:P :דאבללייק: :P
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

שליחה דורך כוכב »

לדעתי לדעתי נישט נאר וואס קאפקע איז א חשוב'ער רעספעקטירטער ניק (הגם איך קען נישט סובל זיין ווען מפרובירט צו נעמען קנאות וואס איז א ריין תורהדיגע פערספעקטיוו און מפרובירט צו מעייל זיין פולא בקופא דמחתא אז ס'זאל שטימען פאליטיש אויך און פאר דעם פארטיידיגט מען זשיהאדיסטישע אידעאלן און אנדערע אומבארעכטיגטע פרינציפאלן פון די מוסלומענער וועלט) אבער אפילו @ זוכער איז נישט די ריכטיגע אפטייטש פון א טראל.
פאר איינעם וואס רעכנט עוואלוציע פאר כפירה איז אויטאמאטיש אז ער וועט דאס באקעמפן בכל כוחו נימי לבבו ונפשו.
אויך איז ער נישט אזוי באהאוונט אין דרכי וויכוח, עכ"פ לויט די קאווע שטיבל קולטור ווי וואסעריגע ארגומענטן ווערן נישט טאלערירט עס זאל זיין דבריו נשמעים.
אבער סוף כל סוף מיינט ער נישט קיין שלעכטס.
א טראלישע תגובה איז דאס וואס סקאטש טעיפ שרייבט אין דעם זומער און ווינטער אשכול אז זומער איז בעסער ווייל דעמאלט גייען די פרויען מיט שווארצע טייטס...
דער פינטעל איד און נאר פריילעך זענען די ריכטיגע ביישפילן פאר טראלס, די הנהלה האט זיי ביידע אויסגעשלאסן, און אויך מנשה קען זיין א טראל ווען עס קומט צו זיינע זאכן.
בדחן איז געווען א היבשע טראל.
אין מאחורי איז אמאל געווען א טראל איך געדענק נישט זיין נאמען, ער האט געהאט א פעטיש צו גנב'ען אונטערוועש ביי יענעם אינדערהיים...
עטמייבעסט למשל איז די epitome פון טראלס.
הכלל סדא גענוג טראלן און ממוז נישט נוצן אלס ביישפיל ניקים וואס פרובירן פארשטעלן אינטעלעגענץ און זענען נישטא צו טרעטן אויף די הינער אויג.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 296 מאל

שליחה דורך zurich »

OK ווער איז נעקסט אין די רייע אויסצופראקן?
חברה נישט כאפן ס'דא געניג
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 844
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1029 מאל

שליחה דורך ביבער »

כוכב דו האסט נישט ארויס וואס א טראל איז. א טראל איז 'איינער וואס נוצט די אינטערנעט צו שטערן די מנוחה פון אנדערע'. אפילו ער האט דערביי גוטע כוונות.

ס'דא צענדליגער סימפטאמען פון א טראל אסאך מאל דארף מען זיין היפש געריבן צו קענען דייעגנאזן איינעם אלס א טראל, אבער נישט ביי @זוכער, זיינע סימפטאמען שרייען ארויס פון יעדע תגובה 'איך בין א טראל!'. דא האסטו עטליכע משלים.
1. ער איז מקפיד כמעט אין יעדע תגובה אפצולאכן און אראפרייסן די וואס פארשטייען נישט אזוי ווי אים.
2. ער האלט אין איין ענטפערן שלא מן השאלה.
3. ער לייגט אריין ווערטער אין יענעמ'ס מויל.
4. ער וועט אלס בלייבן מיטן לעצטן ווארט אפילו ער וועט וועגן דארפן איבערזאגן די זעלבע זאך עטליכע מאל.

דעס און נאך זענען זייער קלארע סימפטאמען פון א טראל, קען זיין ער מיינט לש"ש, קען זיין ער וויל אויפטוען, אבער א טראל איז ער.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
רעאגיר