פאעזיע פארמעסט - חנוכה תשע''ה

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

פאעזיע פארמעסט - חנוכה תשע''ה

שליחה דורך כוכב »

מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן איבער דעם בעפארשטייענדן פאעזיע פארמעסט לכבוד דעם יו''ט חנוכה.
עס איז נישט קיין סוד אז עס דרייען זיך בשטיבלנו גדולי פייטני הדור, דעריבער איז נישט מער ווי רעכטפארטיג צו פאררופן א פארמעסט און מרבה זיין דעם קנאת סופרי''ם צו יעדנס צופרידנהייט.

היות (כידוע מרבינו הק' להתחיל מכתב במילת היות שיש בזה שם הק' כידוע ליודעי חן) איך בין נאכנישט געווען א טייל פון קאווע שטיבל ביים פאריגן פארמעסט (פראמעס, איך בין נישט דער נישט יענער און אויך נישט יענער) ווייס איך נישט פונקטליך וויאזוי עס האט דעמאלט געארבעט דעריבער וועלן די טעכנישע דעטאלן מוזן נאכקומען.

דער פארמעסט וועט אי''ה געשלאסן ווערן דעם קומענדיגן זאת חנוכה. די פאעזיעס קענען זיין איבער סיי וואס פאר א נושא און אין סיי וועלכער שפראך, ווי פארשטענדליך וועלן זיך רוב ליינער אידענטיפיצירן מיט אזעלכע פאעזיעס וואס זיי זענען אויסגעקאכט אין יענער ספעציפישער שפראך למשל אידיש, יידיש און יודיש. (פרידיש פאר פרישער).

די פאעזיעס מוזן נישט לויפן מיט גראמען, סיי וואס פאר א סטיל איז וועלקאמד.

איך נאמיניר:
דעם בארימטן פאעט [tag]לעיקוואד[/tag], פארפאסער פון דאס ליידיג בלאט. דעם בארימטן פאעט [tag]יואב[/tag], פארפאסער פון אומצאליגע פאעזיעס. דעם בארימטן פאעט [tag]רויטע וואנצעס[/tag], פארפאסער פון אומצאליגע פאעזיעס. דעם בארימטן פאעט [tag]יאיר[/tag], גאון הפאעזיע. דעם בארימטן פאעט [tag]מאראנצןזאפט[/tag], פארפאסער פון דער סבלן. דעם בארימטן פאעט [tag]איש עברי[/tag] פארפאסער פון אין אוישוויץ מיט ר' לעמיל וואס איז פאעזיע בתפארתו. דעם בארימטן פאעט [tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag], סדא דא נאך אשכולות אויסער א מינוט חסידות ווארט., דעם בארימטן פאעט [tag]משה געציל[/tag], מוחל דיינע לייקס פליז קום צוריק. [tag]ונבנתה העיר[/tag], [tag]ישראל קאפקע[/tag], [tag]שלום בערגער[/tag], בתוך שאר פייטני ישראל, יעדער איז נאמינירט.
דער עולם ווייסט שוין אז ווען כוכב זיצט אויפ'ן קאפ איז נישטא קיין צוויי ברירות דעריבער זאל מען זיך שוין נעמען אין דער האנט אריין ויפה שעה אחת קודם.
אויב זענט איר אין ביטע שיקט אן אישי.

אויב איינער האט קאנטאקט מיט [tag]לעמאן דזשוס[/tag] אויף סיי וואס פאר אן אופן ביטע אים איינלאדענען.
אויב כהאב איינעם אויסגעלאזט ביטע מוחל זיין איך שרייב פון א טעלעפאן און איך מוז זיך פארלאזן אויפ'ן זיכרון.
שיער פארגעסן, [tag]קאווע טרינקער[/tag] און [tag]בן תמליון[/tag] זענען אויך נאמינירט און פארשטענדליך איך נאמיניר מיך אליין.
עס ווערט געזוכט א נאמען פאר דעם קאמפיין פארשלאגן זענען וועלקאמד.
עס איז בשום אופן קיין ערזאץ פאר דעם למעשה קאמפיין פון [tag]אבטולמוס[/tag] וועלכער איז אגב אויך נאמינירט און פליז, נישט קיין פאעזיעס פון דער איד. מזה ומזה אל תנח ידך דער עולם זאל שרייבן סיי פאעזיע און סיי למעשה, (סארי ראובן ;) ).

חנוכה און בין הזמנים, איז נישטא קיין נאכט סדר ביי אונז אין ישיבה האבן איך אביסל צייט, דער עולם כאפט דעם רמז, שידוכים אין אישי.
[tag]פידלער[/tag] ביזט אויך נאמינירט.
פלאגיאריזם איז נישט ערלויבט, ווער סוועט פלאגיאירן פון ערגעץ אנדערש וועט אויסגעשפארט ווערן פון שטיבל פאר א חודש (אויב איך וועל דעמאלט נאכאמאל זיין גבאי...).

נעמטס א פעדער אין דער האנט
גיסטס טאלאנט
מאכט אייך א נאמען באקאנט
נישט ווארטן אויף מארגן שוין היינט
קרעש קורס געספאנסערט דורך אלעזר לאנדא פון סנעפ אהעד.

שמאעזיעס זענען אויך וועלקאמד אבער טרייטס ס'זאל פיטן די קונסט קרייטעריע.
טענק יום פאר ליסטענינג, עני ריידס טו טאהש נייטרא קאשוי בלומינגבורג נאו לאגעזש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כוכב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר