דער רב זאל לעבן א מזל טוב!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

דער רב זאל לעבן א מזל טוב!

שליחה דורך כוכב »

מהרב''ץ מבאבוב, אויסער וואס ער איז דער אויסשליסלעך רב פון באבוב איז ער אויך דער רב פון מזל! דער איד האט מזל ווי א גוי גמור.
אנגעהויבן פון זיין גוט מזל מיט געווינען א הילכיגן זיג ביים דין תורה, אויף א פארנעם וואס קיינער האט זיך נישט גע'חלומ'ט. ווען עס קומט צו געלט ממש באדט ער זיך אין געלט, און האט נגידים וואס שטייען אים צו דער האנט מיט בלענק טשעקס וויפיל ס'פעלט זיך נאר אויס. זיין חסידות בליעט, מבויעט מולטי מיליון דאלער פראיעקטן, אלעס גייט אין גוט מיט שטוינענדע מזל.

צו זיין גרויס מזל לויפט נעבעך נאך די שלימאזאלעס פאר זיין בר פלוגתא כידוע ומפורסם ואי אפשר לפרטם כי רבים הם.
אויב האט יענער געהאט איין גביר, האט ער זיך צו רבי בנציונס מזל נעבעך אויסגעצויגן פון איין מינוט צו דער אנדערער און דערלאנגט א פינאנציעלן טויט קלאפ פאר'ן צד שכנגד וועלכער האט נאכנישט זיך באוויזן אויסצוקורירן דערפון עד היום.

איין וואס האט אויסגעזען ווי א היבש סוקסעספולע מערכה וואס 45 האט געפירט איז געווען קעגן הרב באב''ד פערזענליך וועלכע איז פאראויס געלאפן אין פולן גאלאפ מיט אים באשמוצן, בויקאטירן זיין השגחה און רופן צו דין תורה, ברענגענדיג איבריגע קאפ וויי פאר באבוב.
דאס לאדענען הרב באב''ד צו א דין תורה צוליב אנגעבליכע שוחד איז געווען אן אומבאטעמטע דארן אין אויג און געברענגט שלאפלאזע נאכט פאר הרב באבד וויאזוי זיך צו ספראווען מיט הרב לעווין וכת דילי'.

היינט איז אבער אריינגעקומען די מאדנע און שטוינענדע נייעס אז דער כל הפוסל במומו פוסל האט באקומען א פרישע פרעצעדענט און דער זעלביגער הרב לעווין איז אפגעפסלט געווארן פון דינען אלס רב אין ארץ ישראל צוליב נעמען שוחד אין אן אנדערן דין תורה און מיט דעם געברענגט די שוחד סאגא פון באבוב 45 צו א פארשעמטן ענדע.

ווידעראמאל איז געקומען צום אויבערפלאך דעם בלינדן גוט מזל וואס לויפט נאך דעם מהרבץ אויף א פלאותדיגע פארנעם אזש ווי פון הימל זאל מען זיך מיען אז גארנישט זאל נישט שטיין אין וועג ווען עס קומט צו בויען זיין אימפעריע מיט שטאלץ און פלאנץ.

אלע חסידים א מזל טוב, און א מזל טוב!

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר