הארצרייסנדע וויי געשריי

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
עין טובה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 5:05 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הארצרייסנדע וויי געשריי

שליחה דורך עין טובה »

שלום!

נאכן ענדיגן די פרשה, גראדע עצהיו"ט, שפיר איך פאר א חוב צו פובליצירן דאס וואס איך שרייב דא בכדי יעדער איינער וואס ווייסט נישט וואס די מצב איז זאל וויסן, און נאכן וויסן זאל מען נעמען די נויטיגע שריט צו אויפטוהן אויך...... יעדער איינער כפי יכולתו.

איך ווייס אז די נושא פון 'ישיבות' איז א זאך וואס גייט נישט אראפ פון טיש, מ'האלט עס אין איין איבערקייען, אבער נאכאלץ האלט איך אז יעדע בר דעת מוז דעיס ליינען, נישט אז איך בין א שרייבער, אבער דאך וועל איך ניצן די ארימע ווערטער וואס איך האב אין מיין וואקעביולעטי, אין איך האף אז יעדער וועט מיר פארשטיין.

גענדיגט מיט די הקדמה, ובזה החלו בעז"ה.

פאר בערך צוויי וואכן צוריק, שמועסענדיג מיט מיין חבר, וואס איז נאכאלץ א בחור, די זעלבע יארגאנג ווי מיר, נישט אז איך בין שוין אזוי אלט, איך האב טאקע נישט מער פון צוויי זיסע לעכטיגע קינדער, אבער נאכאלץ, נאכדעם וואס רוב פון אונזער יארגאנג האט שוין חתונה געהאט, איז ער ממש פון די איינציגסטע וואס זענען פון די 'נשארים' און ער זאגט מיר אז ער פילט זיך ליידער ממש ווי א נשאר, סיי מיט די שטאנדפונקט פון חברים אין ישיבה, און סיי פון די שטאנדפונקט פון אידישקייט רח"ל.

זאגט ער מיך, אז שוין א לענגערנע תקופה וואס ער האט ליידער קשיות אין אמונה, און ס'נישט דא מיט וועם זיך דורכצורעדן. ער האט פרובירט צו רעדן, אזוי דרך אגב'דיג, צום ראש ישיבה, אבער ער האט איהם פארשריגן אז ער זאל ניטאמאל טראכטן דערפון.... ליידער ליידער, די בחור, א גאנצען טאג זיצט ער אויף פעיסבוק און אנדערע שמוציגע סייטס.

אונז האבן ביידע באקומען אונזער חינוך אין די זעלבע תלמוד תורה, געלערנט אין די זעלבע ישיבה.

"אמונה פשוטה איז אזא פשוט'ע זאך, אז מ'דארף אפי' נישט רעדן דערפון... "
דאס איז נאר גוט ווי לאנג ס'מאכט זיך קליינע פאנטשערס, דעמאלטס קען מען ניצן די אויסרייד 'אמונה פשוטה' אבער ווען ס'מאכט זיך אזא מציאות, די גאנצע יארגאנג, אלע חברים שטעלן אויף זייערע שטובער, און ער טראכט נאכנישט פון זאגן מה יקר....

ער האט זיך פרובירט צו מחזק זיין מיט די ביסל יסודות וואס ער האט געהאט אין זיין באזיס, אבער דאך, די טבע פון די מח אז ווען מ'וויל 'נישט עפעס' טרעפט מען תירוצים, אדער ווי אזוי ער רופט עס קשיות. אבער אפי' ער האט געהאט אזויגערופענע קשיות, האט ער נאכאלץ געדארפט באקומען תירוצים.... אבער, זיינע מחנכים האבן איהם פארשריגן: הלמאי? פרעגן קשיות אין אמונה? אבער, למען האמת,

יא טייערע מחנך, א בחור האט קשיות, פארענטפער עס!

נישט באקומענדיג קיינע תירוצים אויף זיינע קשיות, און מיינענדיג אז ער איז די קלוגסטע איד אויפן וועלט, האט ער ל"ע אפגעלאזט אידישקייט.

וכשהם יורדים, יורדים מטה מטה!

ב"ה, די השגחה האט צוגעפירט אז פאר אפאר וואכן צוריק האט ער זיך געעפענט פאר מיר, און איך האב בסייעתא דשמיא סוקסעספול פארענטפערט אלע זיינע שאלות, אזש, היינט ווען ער האט מיך געטראפן, האט ער מיר געגעבן א ש'כח און געזאגט אז א דאנק דעם וואס איך האב איהם פארענטפערט זיינע שאלות, דאוונט ער, ער לערנט און פירט זיך אידישליך.


איז, וואס איך וויל ארויסברענגען איז, אז יעדער איינער, פאר די מוסד ווי ער האט געלערנט, אדער ווי זיינע קינדער לערנען, זאל גיין צום ראש וועד הרוחני, און איבערגעבן את מה שלעיל, און מאכן זיכער אז מ'רעדט פון אמונה צו די תלמידים, אפשר נישט יעדן טאג, אבער מער ווי אין די צייטן ווען אונז זענען מיר געווען אין די מסגרת.......

נ.ב.
איך האב דערציילט את מה שלעיל פאר די ראש וועד הרוחני ווי איך האב געלערנט.

איך האף אז די בחור דרייט זיך נישט אין קאווע שטיבל..... אבער אויב יא, too bad

כל טוב.
קוקנ'דיג מיט אן עין טובה , פארגעס פון האלב פולע גלאז אדער האלב ליידיג,
פריי דיך אז די האסט א גלאז בכלל.

כנלענ"ד.

דער אשכול פארמאגט 80 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר