יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג יולי 15, 2014 12:39 am

רוצחים, בארבארישע אפיצירן, דא ביי אונז אין שכינות, אין רייקערס איילענד. אפגעהיטן זאל מען ווערן פון די קאשמארן און ברוטאלע רציחות וואס די אינמעיטס גייען אדורך, בפרט די דאזיגע מיט מענטל פראבלעמען. מיין בלוט קאכט און מיין האנט ציטערט. איך רייב זיך די אויגן צי דאס פאסירט אין אמעריקע אין 2014. איך בין פשוט שוואך פון ליינען.

http://www.nytimes.com/2014/07/14/nyreg ... oyees.html
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14973
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17502 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17832 מאל

הודעהדורך אליצפן » זונטאג יולי 20, 2014 11:58 pm

גאר גוטע נייעס איז דעם פארגאנגענעם פרייטאג פארעפענטליכט געווארן, אבער צוליב דער איבערפלוס פון נייעס דעם וואך, איז עס נישט אזוי ברייט באריכטעט געווארן.
אין א היסטארישע און ווייט אפקלינגענדע באשלוס, האט דער US sentencing commission באשלאסן אז דער לעצטיגע רעדוקציע אין טורמע אורטיילן אין דראג פעלער, וועט חל זיין אויף למפרע אויך. ד.מ. אז אפילו מענטשן וואס זיצן שוין יארן לאנג אין חד גדיא פאר אלטע נארישע דראג פארברעכנס, וועלן ווערן עליזשעבל פאר א פרישן אורטייל מיט קורצערע טורמע טורמינען.
די צאל מענטשן וועם דאס נעמט אריין איז האר אויפשטעלנד. קרוב צו פופציג טויזנט מענטשן, אדער האלב פון אלע פעדעראלע דראג ארעסטאנטן, און א פערטל פון אלע פעדעראלע ארעסטאנטן בכלל וועלן ווערן פעליג פאר א נייעם אורטייל.
דאס גייט צו ווייזן עד כדי אונזער יוסטיץ סיסטעם איז קארופטירט און דורכגעפוילט, אז דער רעגירונג אליינס איז שוין מודה אז 25% פון אירע ארעסטאנטן זענען פאורטיילט אומ'יושר'דיג, און צו צו לאנגע טערמינען.
מער פרטים קען מען ליינען אין די פאלגענדע צוויי ארטיקלען.
http://www.vox.com/2014/7/18/5915611/se ... al-justice
http://www.huffingtonpost.com/anthony-p ... 00230.html
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 19, 2013 11:08 pm
האט שוין געלייקט: 733 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג יולי 29, 2014 9:08 am

א ריכטער אנערקענט אז דער 57-יאר אורטייל פאר א פארברעכער איז נישט יושר'דיג, און פירט א קאמפיין צו פארגיטיגן דעם אומרעכט:
NYTimes: Citing Fairness, U.S. Judge Acts to Undo a Sentence He Was Forced to Impose
http://nyti.ms/1l7MFOB
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 2749 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8757 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 10:03 am

צוויי אומשילדיגע מענטשן באפרייט נאך 30 יאהר זיצן!!
http://mobile.nytimes.com/2014/09/03/us ... tests.html
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6099
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7970 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5408 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מוצ"ש סעפטעמבער 27, 2014 7:53 pm

א פרוי וועלכע איז געווארן גוט אנגע'מקל'ט דורך א לאס אנזשעלעס פאליציאנט, וועט באקומען צוגעטיילט קאמפעסאנציע 1.5 מיליאן דאלאר, און דער אפיציר וועט רעזיגנירן. כן יאבדו.

דער סוד פון הצלחה? עס איז געווארן רעקארדירט אויף ווידעאו סורוועילענס!

http://news.yahoo.com/woman-hit-califor ... 42550.html
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14973
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17502 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17832 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 13, 2014 4:30 am

א אומשולדיגע פרוי איז געווארן באפרייט נאך זיצן 17 יאר אין תפיסה, צוליב וואס מען האט איר באשולדיגט אין ערמארדן א היימלאזן פארשוין.

"איך האב יעדע נאכט געוויינט" פארציילט די פרוי, "אבער כ'האב נישט אויפגעגעבן האפענונג. איך האב געגלייבט אז גאט וועט סוף כל סוף באווייזן מיין אומשולד און דער אמת וועט ארויפשווימען ווי בוימל אויפן וואסער".

די פרוי האט צום ערשטן מאל געהאלטן און ארומגעהאלזט איר 19 חדשימ'דיג אייניקל, בעת 3 עלטערע אונטערגעוואקסענע קינדער האבן איר מקבל פנים געווען. די פרוי האט געקלאטשט און איז ארויס אין א טענצל פון גרויס שמחה אז זי האט דערלעבט דעם טאג.

http://abcnews.go.com/US/wireStory/woma ... s-26106288
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14973
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17502 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17832 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 5:55 pm

עס איז אנריעל וואס גייט פאר אין אמעריקע
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

הודעהדורך קינד_אן_קייט » מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:23 pm

אן אומשולדיגער מוזיקאנט ווערט ארעסטירט אויפ׳ן סאבוועי:



(דער פאליציאנט איז נישט גערעכט).
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 494
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 1:29 am
האט שוין געלייקט: 871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1058 מאל

הודעהדורך outspoken » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:08 am

Unbelievable the police reads loud and clear that it is legal, than he arrests him and he even gets hit with the guitar in his face, WOW what an harassment
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 9:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 797 מאל

הודעהדורך outspoken » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 11:10 am

יכה יוסי את יוסי...

פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 9:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 797 מאל

הודעהדורך משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 2:48 pm

10 פאליציי אפיצירן קעגן איין יוגנטליכן??
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 972
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:36 am

אין 'די צייטונג' די וואך:

.
בייגעלייגטע פיילס
Jail (1).jpg
Jail (1).jpg (86.12 KiB) געזען געווארן 1455 מאל
Jail (2).jpg
Jail (2).jpg (98.79 KiB) געזען געווארן 1455 מאל
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14973
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17502 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17832 מאל

הודעהדורך outspoken » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 11:12 am

Why Innocent People Plead Guilty
Jed S. Rakoff
November 20, 2014 Issue
rakoff_1_12014.jpg
Honoré Daumier: A Criminal Case

The criminal justice system in the United States

http://www.nybooks.com/articles/archive ... ad-guilty/
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 9:43 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 797 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 2:33 pm

מאמענט
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20141120-WA0160.jpg
IMG-20141120-WA0160.jpg (151.09 KiB) געזען געווארן 1328 מאל
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6099
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7970 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5408 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 9:25 am

און ווידעראמאל...
א 57 יעריגער אומשולדיגער מאן איז געווארן באפרייט נאכן זיצן 39 יאר אין תפיסה פאר גארנישט. אלעס א חשד פון א מערדעריי, באזירט געווען בלויז אויף די עדות פון א קינד, וועלכער זאגט היינט אז זיין עדות'שאפט איז געווען א ליגן.

ארבעים שנה אקוט בדור, ואומר.. עם תועי לבב הם...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14973
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17502 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17832 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:28 pm

.
בייגעלייגטע פיילס
יוסטיץ 2.jpg
יוסטיץ 2.jpg (67.26 KiB) געזען געווארן 1204 מאל
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14973
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17502 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17832 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:29 pm

האפענטליך א מאוו אין די רייט דיירעקשאן

.
בייגעלייגטע פיילס
יוסטיץ 1.jpg
יוסטיץ 1.jpg (141.37 KiB) געזען געווארן 1204 מאל
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14973
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17502 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17832 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » זונטאג נאוועמבער 30, 2014 3:10 pm

דאס איז וואס געשעהט ווען מ'ריפט די קאפ'ס!!
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6099
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7970 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5408 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 07, 2014 5:49 pm

כ'האב אדורכגעלייענט דעם שטערן דעם חודש, אן ארטיקל איבער איזאלאציע, מיט פארשידענע עפיזאדן ווי אזוי מענטשן האבן געלעבט איינזאם, אליינס, איינער לענגער איינער ווייניגער.

איינע פון די זאכן וואס ער פארציילט איז פון אן ארעסטאנט, טאמעס סילווערסטין, וועלכער זיצט שוין 31 יאר אין טאטאלע איזאלאציע, ער האט נישט קיינעם און גארנישט אויף דער וועלט, נישט קיין שום לייען מאטעריאל, נישט קיין שרייב געצייג, נישט קיין ראדיא, מוזיק אדער טי.ווי., ער קען נישט באקומען קיין פאסט, איז נישט ערלויבט צו האבן באזוכער, און קען נישט רעדן צו קיינעם אויף דער וועלט, עקסטרעם איינזאם, הערמעטיש פארשלאסן מיט שטאלענע ווענט אין דעם שווערסטן אמעריקאנער עי-די-עקס תפיסה אין קאלאראדא, וואו ער האט נישט מער ווי א בעטל און ביהכ"ס מיט א טישל, וזהו. ער קלאצט אוועק 24 שעה א טאג, 7 טעג א וואך, און 365 טעג א יאר. קיין פענסטערל איז נישט פאראן צו וויסן ווען איז טאג אדער נאכט; א זייגער האט ער אודאי נישט. דער לעקטער ברענגט 24 שעה ארום דעם זייגער וועלכע מאכט סתם אזוי גוט נערוועז בפרט ביים שלאפן, אזוי ארום אז ער האט נישט קיין שום אנונג אין די צייט צי איז טאג אדער נאכט און וויפיל שעה/טעג זענען אדורך... עס איז אויך נישט פאראן קיין סטיעם אדער עירקאנדישאן., אום זומער זענען די היצן אומדערטרעגליך. דער חברה'מאן טענה'ט (און מיט רעכט) אז די אומשטענדן איז אים פיל ערגער ווי דער טויט. ער איז די גאנצע צייט אונטער סורוועילענס ווידעאו (לכאורה זיכער מאכן אז ער באגייט נישט זעלבסטמארד דורך א הונגער סטרייק און פרובירט זיך צו ראטעווען פון דעם גיהנם התחתון).

עס איז שוידערליך צו באגרייפן וואס דאס מיינט פאר א מענטש אפילו בלויז פאר א וואך, ווער רעדט א חודש? א יאר? און דא רעדט מען פון אומגלויבליכע 31 יאר!!

און די ערגסטע פון אלעם איז נאך אז ער שפירט זיך אומשולדיג. אלס יונגער טוטער האט מען אים ארעסטירט ווייל ער איז געווען פארמישט אין א פארברעכן, למעשה האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז ער האט נישט געזאלט ארעסטירט ווערן, אבער נאך איידער דער גינסטיגער פסק איז ארויסגעקומען האט ער דערמארדעט איינע פון די אפיצירן אין תפיסה וועלכער איז אים שרעקליך דערגאנגען די יארן, האט מען אים דעריבער פארשיקט אין פיל א שווערערע תפיסה, און דארטן האט מען זיכער געמאכט אז מען זאל אים ענג מאכן דאס לעבן און טעראריזירן וויפיל עס איז מעגליך, ביז דער מענטשליכער מח זיינער האט עס מער נישט געקנט דערהייבן, און ער האט יענעם אפיציר אויכעט דערמארדעט, איז ער אנגעקומען צו דעם יעצטיגן גיהנם.

מענטשן רעכטן פרובירן פייטן פאר אים, אבער אן ערפאלג. די מערסטע מאדנע איז מיר געווען צו ליינען אז מען האט געברענגט די טענה פאר א ריכטער אז לויט די אמעריקאנע קאנסטיטוציע טאר מען נישט באשטראפן מיט אומגעווענליכע ברוטאלע עונשים, האט דער ריכטער גע'פסק'ענט – פשוט און גראד – אז דאס הייסט נישט ברוטאל... האלא, רב ריכטער, אפשר פרובירסטו עס אויס פאר א וואך, און מען וועט דערנאך שמועסן נאכאמאל? צולייגער איינער...

עס איז אומגלויבליך אז אין די היינטיגע דעמאקראטישע אמעריקע זאל מען אזוי ביטער פייניגן מענטשן. די לאנד וואס האט דעמאנסטרירט דעמאקראטיע, דער לאנד וואס האט זיך געגערינדעט אויפן יסוד אז די גאווערמענט איז נישט דיין בעה"ב, נאר דיין שליח וואס זוכט צו ארבעטן געטריי פאר יעדן אינדיווידואלן מענטש, און עס איז מער נישט פאראן די רשעות'דיגע רעזשימען פון אמאליגע מיטל-אלטער וועלכע האבן געקענט טון מיט א מענטש ככל העולה על רוחם, און פון היינט און ווייטער איז פאראן מענטשן רעכטן.... יא יא, גיב א קוק ווי שרעקליך נידריג מען האלט היינט... שומו שמים.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14973
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17502 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17832 מאל

הודעהדורך יואב » זונטאג דעצעמבער 07, 2014 5:59 pm

פוי!
גארנישט פון אונזער סיסטעם טוט מיר אזוי אויפרעגן ווי עדוקעישאן, און גארנישט אין אמעריקע טוט מיר אזוי אויפרעגן ווי דער יוסטיץ-סיסטעם. ווייל ביידע זענען די שליסלען צו אלע פראבלעמען, און ביידע זענען סתם אזוי פון די גרעסטע אומרעכטן אויף דער וועלט.
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5723 מאל

הודעהדורך chusid » זונטאג דעצעמבער 07, 2014 8:39 pm

איך בין סתם נייגעריג אויב דאס ברענגט נישט גינסטיגע רעזולטאטן, למשל די ארעסטירן די רובין'ס וועט צירוקהאלטן די חרדישע עולם פון טוען פארברעכן? לכאורה יא , קוקט נאר וואס אונזערע קאווע שטיבל שרייבערס האבן דא מאריך געווען אין וואס מלערנט זיך פון דע מעשה. איז ארבעט דע שטרענגע סיסטעם? ווידער לכאורה ווען די תפיסות אין אמעריקע זענען ווען אזוי ווי אין ארץ ישראל- לייכטע תפיסה. וואלסטו נישט ווייניגער געציטערט? איך טראכט נאר הויעך...
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 10:40 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 10:02 am

א בילד פון דעם טאמאס

.
בייגעלייגטע פיילס
Thomas.jpg
Thomas.jpg (44.5 KiB) געזען געווארן 1008 מאל
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14973
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17502 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17832 מאל

הודעהדורך מאטי » מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 10:31 am

chusid האט געשריבן:איך בין סתם נייגעריג אויב דאס ברענגט נישט גינסטיגע רעזולטאטן, למשל די ארעסטירן די רובין'ס וועט צירוקהאלטן די חרדישע עולם פון טוען פארברעכן? לכאורה יא , קוקט נאר וואס אונזערע קאווע שטיבל שרייבערס האבן דא מאריך געווען אין וואס מלערנט זיך פון דע מעשה. איז ארבעט דע שטרענגע סיסטעם? ווידער לכאורה ווען די תפיסות אין אמעריקע זענען ווען אזוי ווי אין ארץ ישראל- לייכטע תפיסה. וואלסטו נישט ווייניגער געציטערט? איך טראכט נאר הויעך...
איך בין סתם נייגעריג, אויב שטעלט מען אראפ צוויי באוואפענטע ביי יעדן טראפיק ליכט און ווער ס'פארלעצט דאס געזעץ ווערט גלייך אפגעקוילעט, וואלטן נישט די גאסן געווען מער פארזיכערט? סך ווינציגער אומגליקן ווי אנדערע מדינות מיט לייכטערע טראפיק געזעצן? איך טראכט הויעך.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 4:06 pm
האט שוין געלייקט: 3726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4197 מאל

הודעהדורך chusid » מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 12:17 pm

דע חלק פארשטיי איך אז עס איז צו א הארבע שטראף צום עבירה, איך האב נאר געמיינט ארויסצוברענגען אז עס דינט א צוועק, און ס'איז אפעקטיוו
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 10:40 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 2:54 pm

chusid האט געשריבן:איך בין סתם נייגעריג אויב דאס ברענגט נישט גינסטיגע רעזולטאטן, למשל די ארעסטירן די רובין'ס וועט צירוקהאלטן די חרדישע עולם פון טוען פארברעכן? לכאורה יא , קוקט נאר וואס אונזערע קאווע שטיבל שרייבערס האבן דא מאריך געווען אין וואס מלערנט זיך פון דע מעשה. איז ארבעט דע שטרענגע סיסטעם? ווידער לכאורה ווען די תפיסות אין אמעריקע זענען ווען אזוי ווי אין ארץ ישראל- לייכטע תפיסה. וואלסטו נישט ווייניגער געציטערט? איך טראכט נאר הויעך...


ערגעץ וואו אין שטיבל האט איינער לעצטנס באשריבן אז יעדער מענטש האט א "אינער סקעיל", ד.ה. ביי יעדע דילעמא וואס א מענטש האט, מאכט ער אן החלטה מיט א סיבה סוב-קאנטשעסלי פארוואס ער האט אזוי דעסיידעט, ער האט בליץ שנעל אפגעוואויגן דעם שכר כנגד ההפסד פון ביידע זייטן און אזוי ארום באשלאסן וועלכע מהלך צו נעמען.

לאמיר זאגן א מענטש שווינדלט פראגראמען. פארוואס טוט ער דאס? ער ווייסט דאך אז מען קען אים כאפן און ס'וועט זיין צרות? נאר דא איז די דעסישען "ברי ושמא ברי עדיף", געלט האט איך זיכער נישט, דאס וועל איך זיכער האבן צו שפייזן מיין פאמיליע, איי אפשר וועט מען דיר כאפן? דאס איז נאר א שמא, נישט זיכער, און וויבאלד די ענגשאפט פון פרנסה קוועטשט, מען קען נישט אנדערש אויסקומען מיטן טאג, דעריבער איז מען זיך מורה היתר.

כ'האב געטראכט אלס א מליצה, די וועלט זאגט אז "נויט ברעכט אייזן", אולי איז די כוונה אויף דעם, אייזן איז מרמז אויף תפיסה, כי שבר דלתות נחושת ובריחי ברזל גדע, דער נויט פון פרנסה טוט ברעכן אט דעם אייזן, אסאך פון אונזערע זיידעס אינדערהיים האבן געמוזן שווינדלען צי ביי די בראנפן שטייער, צי שווערצן ביי די גרעניץ, ווייל אנדערש האט מען נישט געקענט אויסקומען מיטן לעבן, ומעשה אבות סימן לבנים וכו'.

וואס וויל איך דא זאגן? אז נישט קיין נפק"מ ווי שווער דו מאכסט די תפיסות, וועט עס לכאורה נישט פארקלענערן די צאל שווינדלער. ווייל יעדער גלייבט און האפט אז ער וועט נישט אנקומען דארט, בשעת ברויט אויפן טיש איז ער מחוייב צו ברענגען. והמציאות יוכיח אז אמעריקע האט סוכ"ס די גרעסטע צאל ארעסטאנטן, פיל מער ווי די ליבעראלע לענדער מיט גרינגערע תפיסות; אלא מאי נישט דא שטעקט דע פראבלעם און נישט די שטרענגע תפיסות זענען sh עצה צום פראבלעם. עס איז בלויז רשעות און נקמה, סיי פון די רעגירונגס אגענטורן און סיי פון דעם המון עם וואס גלייבט אז יעדער וואס האט געשפילט מיטן געזעץ איז פריי און הפקר כצבאות וכאילות השדה און פארלירט אויטאמאטיש אלע זיינע נארמאלע רעכטן. (איך וועל נאך בל"נ שרייבן א לענגערע אשכול אויף דעם חלק, ועוד חזון בעז"ה).
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14973
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:11 pm
האט שוין געלייקט: 17502 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17832 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט