שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19774
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24898 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15074 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לא להנאת גופי האט געשריבן:העי, כ'האב געמיינט קאווע שטובל טאלערירט נישט אפיקורסות? וואלטסט רעדן עברית אויפדעם אידאך דא פאליש צו כ'ווייס וואס, עכ'פ נישט דא. [טאמיר די מיינסט אז כ'מיין עס ערענסט, גיי אהיים[דאס אליין קומט פון די עברית'ישע סעי'אינג 'לך הביתה'..] ]

דו וואלסט שוין געדארפט צו וויסן אז איך בין איינער פון די גרויסע קנקאים דא אין קאווע אין קאווע שטיבל. פון די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני. איך שטיי על המשמר אז ס'זאל זיך ח"ו נישט אריינכאפן א ברעקל ציונות. און מ'זאלל ח"ו נישט צוקומען מהרהר צו זיין בשבח הציונים, ימח שמם וזכרם. ס'איז מיר א חידוש אז דו האסט נישט געהערט פון מיינע גרויסע רביס אין קנאות, ווי הרב ישראל מ. סופר זי"ע/ שליט"א המכונה מנשה פליפ-פלאפ. און הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו לשבח... :lol: :roll:
אחד מעיר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 3:44 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך אחד מעיר »

אגיד את האמת, חשבתי שאני מגיע לפורום אחר אמריקאי באידיש
איך בין א חבר אבער שוין לאנג נישט באזוכט דעם אנדערן פארום

זוכנדיג "ר' משה בטלן" בין איך אנגעקומען דא.
איך בין א ליטפישער ירושלמער
איך האב מער צו טאהן מיט דקדוק און נוסחאות אא"ז
אבער וויפל צייט איך האב קען זיך אינטרעסירן אויך אין הלכה מנהגים
און אביסל היסטאראיע
איך האף א דאס איז גענוג
epilogue1
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 7:20 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך epilogue1 »

Not a lot to say - yet! I have to learn a bit more about this place before. סייג לחכמה שתיקה. עס וועט קומען בקרוב. אלענפאלס עס זעט אויס אינטערעסאנט. איך האף אז איך וועל נישט פארברענגען צופיל צייט דא
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4627 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך בין אין מיינע צוואנציגער יארן און איך זעה ווי פיל נישט ריכטיגע אינפארמאציע ווערט מפורסם און איך טראכט אז אויב ווייס איך די ריכטיגע אינפארמאציע בין איך מחויב דאס צו מפרסם זיין
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1331 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2158 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

שמיעסן אביסל דעם חסידש׳ן פארפלאגטער פארגעסענעם דרך. ללמוד וללמד בכל פרטיה ודקדוקיה. פרקי מחשבה/די מצב פון אידישקייט, איר עתיד, און איר עקזיסטענץ. די צעיושטע בלבול וואס פלאגט ביטערליך דעם בית החסיד. /רביס/ חסידישע פראקציעס, שידוכים/שלום בית. חינוך. זיך צענויף שמיעסן.
דוק ותשכח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:00 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך דוק ותשכח »

א מידדל עידש יונגערמאן פון בארא פארק,א לייסענסד פראפעססיאנעל.
איך דריי מיך שוין דא בערך א יאהר און איך פיל אז מיין יארגאנג דארף מער רעפרעזענטאציע דא און שטיבל.
איך האב א פוינט אף וויאו פון א נאטראלער מענטש, וואס איז שוין אריבער א ביסלת איך ווער נישט אווערהיטעט אזוי שנעל
באניצער אוואטאר
לא להנאת גופי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:10 pm
געפינט זיך: ווענד זיך ווען
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך לא להנאת גופי »

געוואלדיג האט געשריבן:איך בין אין מיינע צוואנציגער יארן און איך זעה ווי פיל נישט ריכטיגע אינפארמאציע ווערט מפורסם און איך טראכט אז אויב ווייס איך די ריכטיגע אינפארמאציע בין איך מחויב דאס צו מפסרסם זיין

כ'זעה נישט דער גרויסע חיוב. מ'העט דיר נישט שמייסען פאר דעם. באט עניוועי, ברוכים הבאים!!
הרינו עושה זאת לא להנאת גופי כלל וכלל!! אין לי שום שמץ של הנאת עצמי כלל!!
כ'ווינדער מיך אלעמאל פארוואס מענטשען גייען אזוי פאר גשמיות. נאכדערצו 'לייקס', כאפ איך בכלל נישט די הנאה דערפון.
די אלע זאכען רעדן עפעס נישט צו מיר.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3540
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5801 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3932 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

דער נאמען קאווע שטיבל איז הולך וגדל עד כי גדל מאד און איז וועלן בארימט מיט איהר שם טוב אלץ אן ערליך ווינקל ווי חסידים ואנשי מעשה טרעפן זיך צוזאם איבערצושמועסן ענינים העומדים על הפרק.

עס איז מיר א גרויס כבוד צו ווערן א חלק דערפון.
בא גד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך בא גד »

א שטילער אידל . ארבעט און לערנט
האט נישט ליב קיין רעש
וויל הערן. וויל מבשר זיין נאר גוטע בשורות
דערפרייען הערצער און נישט ווייטאן חלילה
און ווי מען וועט קענען זיין בייהילפיג וועט מיר דאס מאכן גוט פילן
געשווינד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:27 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך געשווינד »

איך האב בנאַכט פריי ציט אין עס זעט אויס גשמעק וויל איך זען אויב דאס וועט זיין אינטרסאנעט פאר מיר איך זאל מיך קענען שרייבען נאַכט אין זייען פאר מיך אליען אביסעל
נ.ב
מיין SPELLING איז נישט די בעסטע
יישר כח
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך א שעפעלע »

א קליין שעפעלע וואס וויל פון צייט צו צייט טוען מיין שליחות אויף וואס איך בין אויף די וועלט אראפ געקומען און מזכה זיין אידישע קינדער מיט די הייליגע לעכטיגע תורה הקדושה.
מוזיקאנט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 2:06 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך מוזיקאנט »

איך בין א כולל יונגערמאן מיט איבעריגע צייט כסדר. און דא פארברענגן קען העלפן לינדערן די לאנגווייליגקייט שמערצן. איך האב ליב מוזיק און אלעס ארום און דא אין קאווע שטיבל איז אייביג דא אפדעיטס און נייעס פון מוזיק. איך פארפאס ניגונים, איך מיקס אליינס, און איך שפיל א קלערינעט און א פלוט.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16550
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18710 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19040 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ברוכים הבאים. נעם דעם פייפער און הייב אן מאכן פרייליך..
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2305 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1349 מאל

שליחה דורך גנדי »

מוזיקאנט האט געשריבן:איך בין א כולל יונגערמאן מיט איבעריגע צייט כסדר. און דא פארברענגן קען העלפן לינדערן די לאנגווייליגקייט שמערצן. איך האב ליב מוזיק און אלעס ארום און דא אין קאווע שטיבל איז אייביג דא אפדעיטס און נייעס פון מוזיק. איך פארפאס ניגונים, איך מיקס אליינס, און איך שפיל א קלערינעט און א פלוט.


האסט גענומען לעסענס פארן פייפען אדער זיך אליינס געלערנט?
You must be the change you want to see in the world
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 575 מאל

שליחה דורך עדיאל »

בתוך עמי אנכי יושב. א איד'ל וואס הארוועט אויף עולם הזה און האפט אויף עולם הבא. א איד'ל מיט א געזינדל, א קינדל אין ווינדל, און בוגרת בפרק האישה נקנית. א תלמיד פון מיין רבין ז"ל, א חסיד פון מיין רבי'ן, און א שארפער קעגנער די פאלשע רביס.
neumann249
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 6:08 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך neumann249 »

Hallo
i saw that its a good website it have good music and films and clips
and i like to hear music
i would like that you can ship me the new music
thanks Avrumi
נפש יהודי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך נפש יהודי »

איך בין א ייד אזא בתוך עמי אנכי יושבת'דיגער, כאטש וואס איך, ווי איר זעט, גלייך דעם ייד מער ווי דעם איד.

דאס יידישע גלות טוט פליסן אין מיין בלוט און ליגט איינגעווארצלט ביז אראפ דעם שטאם פון מיין עקזיסטענץ. איך האב קיין אקטיוו קרעמל אינעם רעאליסטישן קאפע-הויז – געלויבט דער פון אויבן. פטור מכלום אי אפשי ואי אפשר, האב איך אלזא איצט אנגעקלאפט אין דעם ווירטואלן קאווע-שטיבל. די פראגע איז נישט פארוואס איך זאל וועלן שרייבן אין אזא מקום; פרעגט בעסער עד האידנא אמאי לא אתאי. פארוואס זאלן אזויפיל יידן פארברענגען מיט חברותא'שאפט און הארמאניע, באנוצן די אינטערנעץ פאר גוטע צוועקן, ואני אנה אני בא.

איך האב א גרויסער אינטערעס אין יידישער ליטעראטור, מאדערנע וויסענשאפט, היסטאריע, שפראך און גראמאטיק.

אז ווילט איר וויסן אביסל מער איבער מיינע מיינונגען: איך באטראכט מיך זעלבסשטענדיג אז רעדט מען פון דער אלגעמיינער פאליטיק. פארט וועל איך מאנכעמאל נעמען לינקע שטעלונגען אז ברויך מען ארויסהייבן סאציאלע-גלייכהייט וכדו'.

אין יעדן פאל קוק איך ארויס אויף מיין אנוועזנהייט, זאל דאס זיין ללמוד וללמד.
אלטר פ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 7:12 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך אלטר פ »

I love the idea of this website that people can write articles and questions and other can answer I know for the technology department in this website because I love keep you updated with the technology and everything else
בוךווארעם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 374
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 28, 2014 5:59 pm
האט שוין באקומען לייקס: 416 מאל

שליחה דורך בוךווארעם »

איך האב נישט געקלערט אדער געוואוסט אז איך וועל זיך ברויכן פארשטעלן איידער איך הייב אן צו שרייבן בכלל.

בעצם האב איך נאך אפי' נישט געקלערט איבער וואס און ווי אזוי דער ניק גייט און וועט געצילט ווערן.

פארוואס צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל איז א דבר פשוט, צוליב וואס דא איז א גוט און פיין פלאץ פאר אנשים כערכי וואס האט הנאה פונעם פלאץ און וויל אויך מהנה זיין אנדערע בעזר ה'.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

וואס איז פשט פון דעם נאמען "בוךווארעם"
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3910
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1690 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

bookworm
I have a dream
Martin Luther King ~
קוצק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 10:18 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך קוצק »

נישט קיין ווילימסבירגער,נישט קיין פלאטבושער,נישט קיין מאנסינער,נישט קיין לייקווערדער,נישט קיין בודפעסטער,נישט קיין נאו סקריווער, נישט קיין לאנדענער, נישט קיין מאנטשעסטער,נישט קיין אנטווערפער, נישט אפילו א אפריקאנער
*אמת מארץ תצמח*
א מענטש, א איד וזהו.
קורץ, שארף צום זאך.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3746 מאל

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

איך באזוך שוין דא א וויילע אין עס איז גאנץ אינטערסאנט דעקנדיג אזויפיל פראנטען פין ביזנעס. נייעס.ביז היסטאריע.אין טעכנעלאגיע האב איך באשלאסן אז ברירה אלטץ תושב וואס פעלט מיר אויס דאס גירות. נו איז וועט זיין געטאנצען..אבער שוין זאפארט.!
רעאגיר