בפעם ראשונה כל מנהגי יום "קאף אלעף כיסלעף" מלוקט בפונדק אחד.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1603 מאל

בפעם ראשונה כל מנהגי יום "קאף אלעף כיסלעף" מלוקט בפונדק אחד.

שליחה דורך עזריאל »

כאף-אלעף ווי מפלעגט עס רופן בלשון חיבה, איז ביי א טייל דער יום טוב פון יאר, אין פאקט ווען דער ברך משה האט געסטאפט דאס שיכערען אין ישיבה דעם טאג האבן טייל געהאלטען אז ער טוט עס ברצון אונטערצוברענגען סאטמער, ווייל ער איז ברויגעז אויפן פעטער אין די פרימע און ישיבה האבן מקנא געווען קנאת ה' נוסח סאטמאר סיגוט מארמראש און אריינגעשמאגעלט גאנצעטע באקסעס "תירוש וויין", וליהודים היתה אורה. די שיטה פון רבין האט געהאט א קיום יענער יאר.
נאך היינט צוטאגס איז דא געוויסע מנהגי יום כ"א כסליו, א ביישפיל ביי די ארונימ'ס תלמוד תורה קומט געווענדליך אראפ א טרעין אין די קינדער פארען דערויף (מ'זאגט בשעת הנסיעה: טרעין זה על שום מה, על שם שהיציל רבינו בדרך בצאתם מהלאגער) לאכטס נישט ס'איז א מציאות, ביי די מיידלעך ביי די זאלונים אין ביי די ארוינים קומט פאר קאף אלעף כסליו פעסטעוויל'ס, וואס דאס מיינט האב איך נישט געטראפן אויף וויקי, אבער איך שטעל מיך פאר אז ס'באשטייט פון א' סטעידזש מיט א סאונג, דעטס איט. ביי די זאלוינים ביי די יונגלעך ווייס איך נישט וואס דער פראגראם איז. אין די סאטמערער בתי מדרשים געט מען תיקון/לחיים, (לע"נ?) וואס מווינטש זיך אויף דעם לחיים ווייס איך נישט, קען גאר זיין שעשה ניסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזז, ווער ווייסט.
ביי די בני יואל'ע איז דער טאג דער איינציגסטער טאג אין יאר ווען די הייפעלע ערליכע צובראכענע און צושאסענע יודען קומען זיך נאך צאם צווישען זיך -פנימי לאנ"ש- (נישט ביי רבי זלמן) מ'רעדט און מ'איז זיך מחזק אין די שיטה הקדושה, געווענדליך זאגט דער צענטראלער דרשה רבי מנשה פילאפ (ר' מנשה איז געווענטליך די לינקער דארט, זייענדיגער א האלבער ציוני קעגן די שארפע דארט.) אין די יונגע בחורלעך וואס הערן זיך גוט צו צו די אללא אכבאר רעדנערס וואס רעדן דארט אין האבן נאך אביסעל תמימות און דער זייט וואקסען שפעטער אריין אין די צימערמאן קליקע.
ווי אויך איז לעיטלי דער מנהג אז ביידע אדמורים שטעלען זיך אויף אין געבן א' סטעיט אף די יוניען ספיטש, מ'דארשענט ארויס אלע קהלה נייעס און געווענדליך גרייט מען אויך אן חידושים פאר דעם טאג למשל חתונה תקנות, בלומענבערג, שחיטה מתחת/מנחת, נייע ראשי קהלה, נייע בנינים, 6 באזונדערע ישיבות, ועוד ועוד. די חילוק פון ביידע דרשות איז אז איינער מישט פסוקים בשעת דער צווייטער מאכט העדליינס מיט אומבאטעמטע נושאים.
ס'איז אויך דא עטליכע ניגונים אין ריין אידיש וואס איז פארפאסט געווארן פאר דעם גרויסן טאג, ווי: כאף אלעף כסליו כאף אלעף כסליו איז די הייליגע רבי געווארן בעפרייט. ווי אויך איז דא עטליכע אנדערע סאטמארע ניגונים וואס פלעגט קומען צום אויבערפלאך און דעם שמ/הייליגען טאג, למשל די באקאנטע זמר משיח אליין וועט בלייבעל שטיין וכדומה, וואלט ווען כדאי געווען אויב איינער קען די גאנצע טעקסט פונעם ניגון זאל ער עס אויף קלאפען אין פלאצירן דא לזיכוי הרבים.
וואס נאך? איך מיין אז דעטס בעסיקלי איט, אה כ'האב פארגעסן אז די קינדער באקומען קען סאודעס - אין די ישיבה קטנה בחורים רייכערען דעמאלטס די ערשטע צוגרעטעל די איבריגע באקס לייגט מען אוועק פאר חנוכה ביי די הנרות אין פאר פורים אופן מאביל, אין סאלקע בית מדרש איז דא א מנין אויסצוזאגען דריי מאל תהילים אין דעם יום המסוגל לניסים, ביי די שפעטע מנינים קען מען זעהן אידן זיך ארויסלאזן אין א ריקוד.
איך מיין אז מיט דעים ענדיג איך מיין לאנטש ברעיק, די איבריגע מנהגים וועט איר מיט די צייט קענען טרעפען אין די ספרי המנהגים ווי טעמי המנהגים, דרכי חיים, דרכי חיים ושלום, זמירות דברי יואל לכ"א כסליו, דארט וועט זייין באריכטעט וויאזוי אלע צדיקים האבן געפראוועט דעם טאג, ווי אויך אז די רבי האט ערשט אנגעהויבן פראווענען דעם יו"ט נאכן קריג משא"כ פארן קריג איז עס געווען א טאג ווי יעדער טאג
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום עזריאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר