דורך גאליציאנער » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 5:56 pm
כנור, די ביסט א ריכטיגע און פאסיגע רעפרעזענטיטיוו פון דער צד 45.
ווי דערמאנט דא כמה וכמה פעמים, איז דער גאנצע צד ענקערע געבויט אויף דמיון, איננצורעדן דער עולם אז אינז דיין אלעס געווינען, בנינים, באקומען דער נאמען וכו' וכו' אבער ווען עס פאלט ארויס דער אמת און פנים אריין, דעשרעקטס ענק בכלל נישט, נאר מ'הייבט אן זינגען א צווייטער ניגון, ווי למשל בי"ד איז קארראפט און אינז זענען דער אמת'ע באבוב, אני שלום, היכר און אלע אנדערע שטותים. דער עיקר איז נישט אויפצוגעבן און אפי' צוליב דעם דארף מען טוישען דער ניגון, וואס עד כדי כך קען מען טראכטען ביי זיך אז אויב דאס פאלט דורך וועט באמת זיין דערנאך, אבער יעדער מאהל מיט א נייע חידוש ווי אזוי זיך מחזק צו זיין, און יעצט האלט מען שון ביי דער מצב אז בעצם איז יעדער איינער אויף צד 45 טיף און דער ערד, פארזעצט און אנגעווייטאגט, אז בי"ד האט געפסקנ'ט אז זיי זענען נישט באבוב (א שם לווי איז נישט קיין היכר, קענסט איבערזאגן היכר הונדרעט מאהל ס'וועט דיך גארנישט העלפן).
אבער דא איז געקומען א בליץ, הגם אז אזא נאמען ווי באבוב 45 איז פורים און דער וואכען, מילד גערעדט. אבער פונדעסוועגן קען מען זונגען א נייע ניגון, וויבאלד מ'קען זיך איינרעדן און דמיונ'ן אז דורך דעם וואס מ'לייגט א "היקר" 45, וועט צד באבוב נישט זיין הונדרעט פערצענט צופרודען, איז האמיר געוואנען!!
דאס איז דאך אזוי ווי די וועסט פרעגן א בירגער פון מדינת ישראל נאכען לעצטע מלחמה, וואס איז פשט אז און מדינת ישראל איז נישט הונדרעט פערצענט צופרודען בשעת די חברה פון חמס טעראר גרופע און גאזא טאנצען און שפרינגען און טיילען צוקערליך פאר די קינדער, וואלט דאך א קורץ בליקיגע מענטש געטראכט אז חמס האט געוואנען די מלחמה?
די תירוץ איז אוודאי אז אפי' מ'הרגט אויס טויזענטער חמס מיטגלידער מ'צוברעכט זייער גאנצע infrastructure און מערכת, וועלן זיין טאנצען אויף דער איין מיסעל וואס איז געפלויגען לעבן תל אביב! דער נמשל דארף מען נישט מסביר זיין.
לענינו, האסטו אנגעהויבען א לאנגע קעמפיין פון די גרויסע עולם וואס איז גאווען, און נאכדעם וואס מ'האט עס צונומען אויף קליין געלד, האט זיך געטוישט די ניגון זיך פרובירען איינצורעדן אז נאר ביי ענק איז דא אמת'ע חסידים, נישט מעמבערס וכו' זאכען וואס מליבא לפומא לא גליא.
וואס איז געבליבען צו ווינדרען איז, איז דאס דיין last resort? אדער איז נאך דא אסאך בעקאפ'ס צוגעגרייט.
א נער זאגט אויך אמאל א גוט ווארט וועל איך עס נאכזאגען: " ענטפער נישט אזוי שנעל; טראכט!"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך
גאליציאנער אום דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:06 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.