chusid האט געשריבן:לא להנאת גופי האט געשריבן:אינטריסאנט, איך מוטשע מיך אייביג מוט אט דער פראבלעם. איך בין אייביג חוקר וויאזוי מפילט הנאה פון עוה''ז. [למשל ווען דו עסט, ווען פילסטו דער טעם, ווען דו לייגסט עס אריין, צי ווען דו שלינגסט אראפ?]. כ'וואלט דיך אבער נישט גע'ראטען זיך ציפיל אריין צו לייגען אין אזעלעכע סארט חקירות, העסט נאך איינטאג אויסזעהן ווי מיר. און its not a life, ווייל אלס מער מפילט נישט קיין טעם אין עוה''ז - אלס מער מ'וויל עס, און די תאווה וואקסט מער און מער.
אפשר קענסטו מער מסביר זיין וויאזוי די מענעזשט, וואס מאטאווירט דיך אין דיין פלעסטיק פאבריק?
אזוי ווי איך האדיר געזאגט, היות די תאווה ברענט אין מיר וויל איך שאפען גרויסע סכומים פארן טאג ווען כ'העב מיך געבן א רייס אויס פון דער פראבלעם, און דעמאלטס העב איך גיין fullforce... נאר לעת עתה טו איך טאקע גארנישט מוטן געלט. למשל א חבר האט מיר געבעטן tרויס צו גיין מוט עם אויף א רייכע 'סטעיק-האוז', בקיצור מ'האט צאם גע'ארדעט 300$'דיגע פלייש, ס'הא גערינען פעטנס, ס'געווען רויט אינעווענדיג אבער אזוי קראנטשי פון אינדרויסען, די souse איז געווען הייסע נייעס.

אבער כ'האב עס קוים געקענט אראפשלינגען, יענער האר זיך געפילט ווי א תלוש, האט ער מיר גענומען צו א גוטע בעיקערי טראכטענדיג אז איך גיי מער פאר קעיק, למעשה האב איך נישט געקענט מאכען א דיסיזשען וואס צו נעמען, כ'בין ארויס מוט גארנישט. אפשר מוט אביסל בישות. שפעטער ווען כ'בין ארויף צו מיין אפיס האט מיר זיך דעמאנט פונעם סטעיק, כ'האב געהאט מורא'דיגע עגמ''נ פארוואס איך קען נישט פילען דעם טעם אין א שטיקעל סטעיק וכו', כ'בין געווארען איסל נמאת פון ארבעטן, 'וואס האב איך פון דער געלט?', אבער כ'האב מיר געמיזט שטארקען אז איין טאג העב איך נאך פילען א טעם.
כ'מיז דיר זאגען אז האסט טאקע אנגעריט א softspot
