שושנים #8: ימי בינה

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

שושנים #8: ימי בינה

הודעהדורך פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:19 pm


בינו בוערים בעם
יאורים אדומים מדם
חרוכי חמה בני חם
ויעקב איש תם!

והיה אם בִּין הכות
הטרם תדע לחכות
שבלים בלעו הדקות
ועיני לא"ה רכות!

בינה יתירה ניתנה
סיני משם ירדה שיטנה
בבת מלכים חיתנה
והנה תומים בביטנה!

ימי בינה ימי שמונה
מתמול שלשום שונא
כ"ד שעות העונה
והוא בן אש"ה זונה!

הבינה והברכה לח"י
התנבא כשואג מלאכי
אנכי מבקש את אחי
איך יכחיש את החי?!

אמרי בינה מכמורש ציר
כחלמיש כן הצור
תלתין ותלת וחדא בציר
והכרתי עזוב ועצור!
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2389 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:36 pm

יאורים אדומים מדם


ס'איז אפילו יאיר'ר פון יאיר..
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3788 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4392 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:38 pm

לדעתי לדעתי קען מען צעדרייט ווערן פון די פאעטישקייט פון יעדער שורה באזונדער. ממש חידושים נפלאים און אלץ אויף א הויכע און עלעקוואנטע נאראטיוו מיט רמזים און מליצות נפלאים.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2560
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5478 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7355 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 9:41 pm

מאטי האט געשריבן:
יאורים אדומים מדם


ס'איז אפילו יאיר'ר פון יאיר..

סהדי במרומים מיינע הענט זענען ריין פון דעם קונצליכן שיר. ולא עוד אלא רוב פון די מליצות פארשטיי איך נישט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8207 מאל

הודעהדורך יין שרף » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:06 pm

WOW! :like
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2192
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2737 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 10:51 pm

בתים משוקלים: 5 כוכבים

לשון הקודש צחה: 5 כוכבים

חרוזים בלתי לחוצים: 5 כוכבים

עמקות: 5 כוכבים

אינהאלט: 5 כוכבים

געדאנק: 5 כוכבים

אוועראלל: דערווייל נישט אזוי פארשטענדליך, אבער זעהט אויס פראפעסיאנאל.

אזוי ווי מיט "שושנים # 1" וועל איך באלד פראבירן שרייבן א שטיקל ביאור הנלענ"ד.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2389 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:01 pm

פישלע העררינג האט געשריבן:
הקדמה: מען ברויך פארשטיין אז טעג זענען באגרעניצט צו א צייט (ימי בינה...) און וואס איז באשערט פאר איין טאג קען נתהפך ווערן מארגען לטובה ולברכה.

בינו בוערים בעם
יאורים אדומים מדם
חרוכי חמה בני חם
ויעקב איש תם!


פארשטייטס, אומוויסענדע פון פאלק [אז צו אלעס קומט אן ענדע]
טייכן רויט פון בלוט [זענען צוריק געווארן קלאר מיט די צייט]
די שווארצע בני חם [זענען לבסוף אויסגעלייזט געווארן פון קנעכטשאפט]
און יעקב איז ארויס גאנץ [נאכ'ן ווערן פאריאגט פון עשו און לבן]

והיה אם בין הכות
הטרם תדע לחכות
שבלים בלעו הדקות
ועיני לא"ה רכות!


אפילו ווען איינעם איז נגזר געווארן שלעק
זאל ער זיך לערנען עס אויסציווארטן
אזוי ווי די מאגערע שבלים [זענען זאט געווארן] וועלכע האבן איינגעשלינגן די זאנגן
און לא"ה*) מיט די פארוויינטע אויגן [האט לבסוף חתונה געהאט מיט יעקב]
___
*) לא"ה = ל"ו נרות חנוכה, לרמז שגם נס חנוכה היה באופן זה

בינה יתירה ניתנה
סיני משם ירדה שיטנה
בבת מלכים חיתנה
והנה תומים בביטנה!


צו קלוג ברענגט טאקע מכאוב אבער מיט בינה יתירה קען מען בייקומען אסאך
זינט מתן תורה האבן אונז די פעלקער פיינט
אבער מיר האבן גוט חתונה געהאט
און מיר זענען זוכה לשתי עולמות



איך האב נישט קיין נערוון אויף מער מפרש צו זיין.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2389 מאל

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:07 pm

מאסיוו!!!
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2560
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5478 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7355 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:11 pm

פישעל'ע איך ווער משוגע פאר דיר. דו דעשיפרירסט דאס באהאלטענע ווי א זקן ממרא.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3788 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4392 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:34 pm

אקעי, לאמיר ווייטער מפרש זיין, כיד הפאנטאזיע עלי לטובה...

כוכב האט געשריבן:
ימי בינה ימי שמונה
מתמול שלשום שונא
כ"ד שעות העונה
והוא בן אש"ה זונה!


אין דעם אליינס אז דער יום טוב איז גאנצע אכט טעג ברויך מען זיך אויך מתבונן זיין
ווייל צוליב שה"י ופה"י האט מען אונז פון אייביג פיינט געהאט
אבער א פארפייניגטע טאג ["עונה" לשון נופל על לשון] קומט אלץ צו אן ענדע
אין זכות פון די יום טוב'דיגע קרבנות [אִשֵׁהּ] וועלכע ברענגען השפעות טובות

הבינה והברכה לח"י *)
התנבא כשואג מלאכי
אנכי מבקש את אחי
איך יכחיש את החי?!


אויב טוהט מען זיך אזוי מתבונן זיין זעהט מען איין אז דאס לעבן איז באמת א ברכה
אזוי ווי דער נביא מלאכי זאגט אין פרק ב' אז אויב מען איז נישט שם על לב ווערן די ברכות אפגעטייטשט ווי קללות - וְאָרוֹתִי אֶת בִּרְכוֹתֵיכֶם וְגַם אָרוֹתִיהָ כִּי אֵינְכֶם שָׂמִים עַל לֵב
יוסף האט געמיינט אז ביים זוכן די ברודער האט זיין פיטום אנגעהויבן גיין אראפ [דערווייל דארט האט אנגעהויבן די צמיחת גאולת מצרים]
ווי קען זיך א מענטש פארלייקענען א הזדמנות צו לעבן א גוט לעבן?!
___
*) לח"י איז בגימטריא מ"ח, לרמז אז א מענטשס גאנצע מח און געדאנקען-גאנג ווערט געבענטש און נארמאלעזירט פון אזוי טראכטן

אמרי בינה מכמורש ציר
כחלמיש כן הצור
תלתין ותלת וחדא בציר
והכרתי עזוב ועצור!


[אפילו אויב האלט מען נאכנישט דערביי למעשה] איז אבער רעדן פון דעם קלוגע יסוד אזוי ווי פאר אן ארימאן [כמו-רש] זאפט פון פיש/פלייש [ער ערלויבט זיך נישט מער ווי דעס אבער ער האט כאטש דער טעם אין מויל]
און אזוי ווי דער שטיין האט באוויזן מהפך צו זיין סדרי בראשית און געבן וואסער, אזוי זאל דער באשעפער - הצור תמים פעלו - פאר אזא איינעם מהפך זיין אלעס לטובה
אזוי בעט איך מיט'ן גאנצע הארץ [33 מינוס 1 איז ל"ב]
און איינמאהל פאר אלעמאל זאל פארשניטן ווערן די עזובת בת ציון און די עצירות אוצרות השמים!


שוין, דער מחבר גייט מיך שחט'ען פאר'ן דערהרג'ענען זיין פיוט...
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2389 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:44 pm

פיינעלי עפעס ריכטיגע פאעזיע! :דאבללייק: :דאבללייק:
עס געפונען זיך גאונים צווישן אונז, איך האב אויך גלייך חושד געווען @יאיר, נו אז ער לייקנט שטיין און ביין מוז איך אים גלייבן.
כ'בין מוראדיג נייגעריג ווער דער גאונישער פייטן איז, העט מען מוזן ווארטן ביז נאכן פארמעסט.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2309 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:45 pm

ונבנתה העיר, הערשי איז אויף מיין קורצע ליסטע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מאטי אום דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:53 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3788 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4392 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 11:51 pm

אויב איז עס טאקע @יאיר, האט ער עס מרמז געוועהן אין "יאורים". ווידער, @הערשי האט געהאט א ברירה זיך מרמז צו זיין אין "אדומים מדם" וואס דער בלוט אשכול איז זיין הויכפונקט אשכול, אבער הערשי קען לכאורה בעסער ווי דעס.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2389 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:07 am

מחזורים עם פי' "דג על דק" אין אידיש, וועט זיין צו באקומען אין אלע ספרים געשעפטן תיכף נאך חנוכה.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9862 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9548 מאל

הודעהדורך יואב » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:15 am

וואו, דאס איז ריין גאונות. די דאזיגע פאעמע קריגט מיין שטימע אלס א געווינער – דערווייל.

איך וואלט אויך געזאגט יאיר, הערשי אדער ונבנתה, מ'קען אבער קיינמאל וויסן וואספארא טאלאנטן ס'דרייען זיך דא אונטערן פוס.

הערשי גראדע האט אן אנדערן סטיל אביסל. מעררוועדיג איבער די פאנקטשועישן.
"אויב נעמט יאָסל אויף זיך דעם טיטל 'שרייבער,' דאַן קען ער נישט מיט א ריין געוויסן ניצן דעם אייגענעם שופר צו מוטיגן פּוסטקעפּיגקייט, במישרין או בעקיפין; ער וויל נישט, קען נישט, און וועט נישט זיין קיין קאַטאַליסט אין צעמענטירן דעם פאַרגרעבטן סטאַטוס-קוואָ."
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1627
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן צו ווייטער מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6067 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:22 am

מאטי האט געשריבן:פישעל'ע איך ווער משוגע פאר דיר. דו דעשיפרירסט דאס באהאלטענע ווי א זקן ממרא.

די שאלה איז אויב איז מעגליך אז איינער וואס איז נישט דער מחבר אליינס וואס האט אריינגעלייגט די כוונות וואלט עס בכלל געקענט צוטרעפן עס זאל אזוי גוט שטומען ביז די לעצטע שטרעכלע.
וואס זאגט איר?
אפשר זאל א צווייטער שרייבען אן אנדערע פירוש אויף די גאנצער שיר זאל מען זעהן. איך האב גראדע עטליכע שטיקלעך פארשטאנען אנדערש פון פישעלע, אפשר זאל איך פראבירען?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3899
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1805 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6204 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:25 am

לעיקוואד האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:פישעל'ע איך ווער משוגע פאר דיר. דו דעשיפרירסט דאס באהאלטענע ווי א זקן ממרא.

די שאלה איז אויב איז מעגליך אז איינער וואס איז נישט דער מחבר אליינס וואס האט אריינגעלייגט די כוונות וואלט עס בכלל געקענט צוטרעפן עס זאל אזוי גוט שטומען ביז די לעצטע שטרעכלע.
וואס זאגט איר?
אפשר זאל א צווייטער שרייבען אן אנדערע פירוש אויף די גאנצער שיר זאל מען זעהן. איך האב גראדע עטליכע שטיקלעך פארשטאנען אנדערש פון פישעלע, אפשר זאל איך פראבירען?

@לעיקוואד, איך האב אויך געשריבן אויף שושנים 1 און אויף שושנים 9. דא האב איך געשריבן אויף די גאנצע צוליב די קלארע און ריינע אויסשפראך.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2389 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:27 am

שוין א בעל כשרון ביזטו זיכער.. צו דו ביסט דער מחבר איז א ספק.. איך וועל באלד צושרייבען מיינע פירושים דא.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3899
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1805 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6204 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:32 am

לעיקוואד האט געשריבן:שוין א בעל כשרון ביזטו זיכער.. צו דו ביסט דער מחבר איז א ספק.. איך וועל באלד צושרייבען מיינע פירושים דא.

ווען יעדער מפרש ש"ס וואלט געוועהן ראוי צו זיין רב אשי...
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2389 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:40 am

איז אזוי, עס איז געווארען דא א שטיקל חיבור פון פיוטים מיט חידות, דער עולם דא מיינט אז א פיוט מוז זיין אזא חידה פול מיט רמזים וואס מדארף פותר זיין א שטיקל צו א שטיקל זעהן וואס מרעדט זיך. לעולם ווענט זיך דאך וויאזוי דער מחבר האט עס געשריבען, למשל דער קליר שרייבט טאקע זיינע פיוטים אזוי, בשעת אנדערע שרייבען בעיקר שיין ארויסגעבן הרגשים בדרך שיר ופיוט און נישט אזוי מיט דברי חידות (למשל דער גוטע ווארט פון דער פארמעסט און אנדערע)

עכ"פ, איך האב פארשטאנען דער פיוט אינגאנצן אנדערש פון פישעלע, וועל איך אויסרעדן. איך טראכט אביסעל אנדערש פון עם איך האב נישט קיין פשט מיט רמז אויף יעדער ווארט, איך פראביר ענדערש פארשטיין בכללות דער שיר פון וואס עס רעדט זיך. איז קען זיין געוויסע ווערטער וועלן בלייבען בלי פירוש איך ווייס נישט אדער אפשר ווייסט דער מחבר אויך נישט.

לדמיוני איז דאס א שיר מחאה וועגן דעם וואס אידען און בכלל מענטשען גייט נישט אן די ראסיסטישע רציחות וואס פאליציי האבען ערמערדערט פון די שווארצע המכונים לפעמים בני חם.

בינו בוערים בעם
יאורים אדומים מדם
חרוכי חמה בני חם
ויעקב איש תם!


דא שרייט ער אויף די טיפשים פון פאלק (אידען) וואס קוקען זיך נישט אום אויף טייכען בלוט פון די שווארצע בני חם, און דער יעקב ער מאכט זיך אזוי תמימות'דיג כאילו עם איז דאס נישט נוגע.

והיה אם בין הכות
הטרם תדע לחכות
שבלים בלעו הדקות
ועיני לא"ה רכות!

דער שטיקל רעדט צו דער פאליציי און זאגט עם, יא טאקע אמאל דארף מען שלאגען, והיה אם בן הכות הרשע, קענסט אבער נישט פארשטיין ווארטען א מינוט צוויי, דערווייל די שבלים די פעסטע פאליציי שלינגען איין דארע שוואכע, און מען וויינט אויף דעם.

בינה יתירה ניתנה
סיני משם ירדה שיטנה
בבת מלכים חיתנה
והנה תומים בביטנה!

דא רעדט ער צו די אידען וואס האלטן זיך טאקע קלוגער פון די גוים, און ירדה שנאה, זיי זאלן אבער וויסען אז די חלק הרע איז אויך נולד געווארען פון דער זעלבער בטן.

וויייטער נלאיתי לפרש כל מילה, די נקודה איז ער טענה'ט פאר די חכמים וואס זענען טאקע בבינה יתירה, פארוואס פעלט זיי הארץ צו פארשטיין, אז יעדער מענטש קומט זיך לעבן, און מדארף שוקל זיין באריכות אז מאיז מזלזל אין איינעמ'ס לעבן נישט קאלטערהייט און שנעלערהייט הרגנ'ען און נישט רחמנות האבען.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3899
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1805 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6204 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:48 am

פשיהא! וואונדערבאר! איך ציה צוריק מיין אייגן ביאור און טרעט אפ לכבודך! דיין פשט איז לכאורה די ריכטיגע. אזוי סימפל און רייך.

קען אבער זיין אז דאס מיינט טאקע ריכטיגע פאעזיא. א שטיקל פיוט וואס לאזט זיך טראגן א שלל פון פירושים. אזוי ווי א מאלעריי.
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2389 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:57 am

פיור דזשיניעס, די סגנון פונעם פיוט, און דער אינהאלט לויט לעיקוואוד'ס פירוש.
#מתוקמדבש
#phenomenal
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2309 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 12:59 am

פישל'ע העררינג האט געשריבן:
קען אבער זיין אז דאס מיינט טאקע ריכטיגע פאעזיא. א שטיקל פיוט וואס לאזט זיך טראגן א שלל פון פירושים. אזוי ווי א מאלעריי.

יא, דאס איז דער גאנצער פאן דא, מ'זאל ווייזען ווי שיין מקען מפרש זיין ווערטער בכל מיני אופנים, הלא כה דברי כאש..אזוי לערנט מען זיך אויכעט וויאזוי מען ארבעט מיט ווערטער און די משמעות זייערע, און וויאזוי עס ארבעט טאקע שרייבעריי מיט פייטנות. איך האף אויף נאך פאעמעס וועט מען זעהן אזוי פארשידענע פירושים זה אומר בכה וזה אומר בכה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3899
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1805 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6204 מאל

הודעהדורך יין שרף » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 1:38 am

איך האב עס פארשטאנען צו דעם אפעקט.
זיצט זיך א תמימות׳דיגע בחור׳ל אין ישיבה=דער יעקב איש תם.
א וואוילע מיידעלע אין שולע, ווייסט ניטאמאל אויף וואס צו האפן, פארוויינט איבערן סידור׳ל.
קוים זיי צוויי חתונה געהאט און שוין ״והנה תואמים בבטנה״.
ניטאמאל ווייסט מען אויב מ׳גייט זיך ליבן, און שוין איז מען אייגעזעקלט...


איך בין נישט שולדיג אז צום סוף פארט ער אוועק פון מיין פשט...
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2192
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2737 מאל

הודעהדורך אחד העם » פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 2:39 am

כמיין אז ער איז מרמז טיפע רמזים אויף דעם ענין פון נישט אנעמען קינדער און מוסדות און בחורים ישיבות וכו" הגם ס'שטימט מיר נישט יעדעס ווארט
כוכב האט געשריבן:
בינו בוערים בעם
יאורים אדומים מדם
חרוכי חמה בני חם
ויעקב איש תם!
בוערים א כינוי אויף די קנאים און פרומע וואס ברענען כאילו פאר יידיש קייט, אבער יאורים וכו, זיי האבען שוין פארגאסען אסאך בלוט ויעקב איש תם, זיי שטעלן אן א פנים ווי א תם אז איינער וואס איז נישט פונקט געשניטען נעמט אוועק פון דעם יעקב איש תם
והיה אם בין הכות
הטרם תדע לחכות
שבלים בלעו הדקות
ועיני לא"ה רכות!
מען פייניגט די קינדער אויס פאר גארנישט, שבלים וכו איז די מנהלי המוסדות ועיני וכו לכאורה א כינוי אויף די מאמעס וואס זייערע אויגען זענען אויסגעוויינט
בינה יתירה ניתנה
סיני משם ירדה שיטנה
בבת מלכים חיתנה
והנה תומים בביטנה!

ימי בינה ימי שמונה
מתמול שלשום שונא
כ"ד שעות העונה
והוא בן אש"ה זונה!
ברענגט ער ארויס אז מען האט די קינדער פייט, און מען איז מרחק מיטן זאגען הוא בן אש"ה זונה
הבינה והברכה לח"י
התנבא כשואג מלאכי
אנכי מבקש את אחי
איך יכחיש את החי?!
דא שרייט ער אז שפעטער זוכט מען די קינדער, וויזאוי לייקענט מען די פאקט אז עס פאלען נאר שטיקער פון דעם מהלך טוט גארנישט אויף נאר אדרבה

אמרי בינה מכמורש ציר
כחלמיש כן הצור
תלתין ותלת וחדא בציר
והכרתי עזוב ועצור!
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל

נעקסט

גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט