אתהלך / אהרן מרגלית

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2728 מאל

אתהלך / אהרן מרגלית

שליחה דורך משה געציל »

דער ביך איז ערשינען מיט צוויי יאר צוריק אויף עברית אין איז לעצטענס איבער געדריקט געווארען אויף ענגליש. אין דעם ביך פארציילט אהרן מרגלית זיין שווערען לעבענס דורכגאנג צום ערשטען מאל, נישט וועלענדיג רעדען דערפון ביז היינט.

אהרן האט א זעלטען ווייטאגליכע היסטאריע אינטער זיך, ווען אלטס קליין קינד נאכען דורך גיין א טראמא האט ער אנגעפאנגען שרעקליך שטאמלען, און אין די נאכקומענדע וואכען האט ער אנגעפאנגען ליידען אויף פאליא פון וואס זיין גאנצער גוף איז געווארען פאלאזירט, נישט קענענדיג זיך ספראווענען מיט די שווערע סעטאציע האבען זיינע עלטערען אים אריינגעלייגט אין א ספעציעלער אנשטאלט ווי ער איז אפגעלעגען ביז די אכט יאר ווען נאך גרויסע עקשנות האט ער אנגעפאנגען ריקען די הענט און פיס, זעענדיג דאס האט אים זיין מאמע אהיים גענומען ווי מיט גרויסע שווערעקייטען האט זי געמאכט מיט אים פארשידענע ערליי עקסערסייזען אויף אזוי ווייט אז ער האט אנגעפאנגען צו קענען גיין.

אהרן פארציילט אינעם ביך זיין גרויס עקשנות וואס האט אים געהאלפען איבער קומען אלע פראבלעמען, ביז ער איז אנגעקומען צו ווערען פון די גרעסטע אינשארענס אגענטען אין ארץ ישראל, ווי אויך דינט ער אלטס א לעגאלע פארמיטלער אינעם יורעסטריקציע סיסטעם.

אהרן האט מיט צען יאר צוריק דורך געלעבט די ביטערע מעשה נאכדעם וואס רוב דאקטורים האבען אים געגעבען צוויי חדשים צו לעבען. אהרן פארציילט ווי מיט זיין גרויס עקשנות און מיט זיין זעלטענע האמעראסטישען נאטור האט ער אפגעלאכט פון די דאקטורים ביז ער האט זיך גענצליך ארויס געדרייט דערפון.

די ביך איז א מוראדיג׳ע מוסר השכל וואס ווייזט ווי ווייט א מענטש קען אנקומען מיט זיינע רצונות, און עס גיבט א מוראדיג׳ע שטיפ פאר א געזונטע מענטש זיך נישט צו לאזען פאלען ווען עפעס גייט נישט הונדרעט פראצענטיג. ווי אויבען דערמאנט איז דא צובאקומען די ביך אויף עברית און אין ענגליש, איך וואלט געראטען פאר יעדעם זיך איינצוהאנדלען דעם ביכעל, עס איז ווערט אסאך מער ווי די פרייז.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 41 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר