ענטאני מארטין דערשאסן דורך פאליציי אין בערקעלי, מיזורי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

ענטאני מארטין דערשאסן דורך פאליציי אין בערקעלי, מיזורי

שליחה דורך שעפטל »

איך ווייס איך בין צוויי טעג שפעט.. אבער פאר די רעקארדס שרייב איך עס נאך אלס, און דא וועט אויסגעשמועסט ווערן די פרישע פראטעסטן סיי יעצט און סיי ווען דער פאליציי אפיציר גייט ריינגעוואשן ווערן, כמנהג ארצינו...

דינסטאג נאכט האט א ווייסער פאליציי מאן ווידער דערשאסן און אומגעברענגט א טינקעלער יוגענטליכער אין בערקעלי מיזורי, עטליכע מייל אוועק פון פורגעסאן/פונעם פלאץ וואו מייקל בראון איז געשאסן געווארן.

אום 11:15 איז א פאליציי קאר אנגקומען צו א מאביל גאז סטאנציע נאכן באקומען א ריפארט וועגן א גניבה, נאכן אנקומען האט דער פאליציימאן געזעהן צוויי יוגנטליכע שטיין אין די זייט פונעם געשעפט, ביים זיך וועלן דערנענטערן האט דער אכצן יעריגער ענטאני מארטין ארויסגענומען א גאן און עס געפוינט צום פאליסמאן, דער פאליסמאן האט ארויסגענומען זיין אייגן גאן און געשאסן דריי שאסן און דער'הרג'ט דעם פארשוין.

די גרעסטע ווייטאג פון די פראטעסטירער דארטן איז אז מ'האט אים געלאזט אויסבלוטיגן, קיין אמבולאנס איז נישט אנגעקומען פאר בערך צוויי שעה פונעם שיסעריי,
מ'פראטעסטירט אינגרויסן... איי יענער האט געוויזן א גאן?? גוטע קשיא אויף די ליידיגייערס וואס זיכן צו פראטעסטירן און אינאיינוועגס שוין גנב'ענען און פלינדערן..

נאך פאר ווי וואס ווען האבן די פראטעסטירער געשאסן פייער קרעקערס אויף די פאליס קארס, געשטאכן זייערע רעדער, פאליציי האבן ארעסטירט מענטשן
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
רעאגיר