אונטער׳ן איינדרוק פון ׳אידא׳ (פילם פון יאר)

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע

אונטער׳ן איינדרוק פון ׳אידא׳ (פילם פון יאר)

הודעהדורך קינד_אן_קייט » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 6:45 pm

ס׳איז סוף יאר אויפ׳ן גויאיש׳ען קאלענדאר, און ספרים וסופרים זענען פארנומען אהערצושטעלן ליסטעס פון ״די בעסטע פונעם יאר״. פון מוזיק און ביכער, ביז שיך בענדלן, פרובירט יעדער בעל דעה איבערצושטייגן דעם אנדערן מיט זיינע אויסוואהלן.

אויך פילמען ווערן פארשטייט זיך אויסגעקליבן, און ס׳קומט זייער צונוץ, ווייל אויב בשנים קדמוניות פלעגט מען האבן מער צייט זיך צו ווייקן אין פילמען איז דאס אלעס אבער היינט בבחינת ׳יכלה הזמן והם לא יכלו׳, וכסף (זמן) מנלן.

פון די אלע ליסטעס איז געווענליך חביב עלי הניו יארקער מכולן, און אז ׳אידא׳ ערשיינט דארט אויפ׳ן שפיץ פונעם רשימה האב איך דאס געקוקט צום ערשט, און כ׳בין לגמרי נישט געווארן אנטוישט.

ס׳איז לדעתי א יקר המציאות אין א וועלט ווי פילמען שפראצן ארויס שנעלער ווי שוועמלאך און דאס מערסטענ׳ס איז ליידיג פון תוכן אדער קונסט. אויב זוכט איר אויבערפלעכליכע ענטערטעינמענט, איז ׳אידא׳ נישט דער אדרעס, אויב זענט איר אין די גיסטע פון קאלירפולע אקטיארן און געשפיצלטע פראזן, וועט איר דאס אויך נישט טרעפן אין ׳אידא׳, אויב אבער א רייכער בוך אדער מייסטער ווערק שאפט אייך הנאה, דאן נעמט אן מיין רעקאמענדירונג אויף ׳אידא׳ אלץ א פילם וואס איז כדאי צו זעהן.

זייענדיק נאך אלץ אונטער איר רושם, וועל כ׳פרובירן אין די קומענדיגע שורות צו געבן א בליק אויפ׳ן פילם און פארוואס זי איז אזוי געלונגען.

וזאת למודעי, אז הגם כ׳אנטדעק נישט קיינע שום סודות׳דיגע דעטאלן אדער ספוילער׳ס, איז געוויס מער געראטן צו לייענען ווי ווייניגער אויב האט איר בדעה צו זעהן דעם פילם אליין.

*

בילד

צום אלעם ערשטן, ווערט ׳אידא׳ דער פילם, פארגעשטעלט אין שווארץ און ווייס, גאר פאסיג פאר א פאסירונג וואס האט זיך געזאלט אפשפילן אין די תקופה פון נאכ׳ן צווייטען וועלט קריג, אבער נאך מער געאייגענט ארויסצוברענגן טיפע געפילן, כמעט אן קיינע דיבורים.

פון א סינעמאטאגראפישן שטאנדפונקט, איז דער ערגרייכונג לעילא ולעילא, דער אופן וויאזוי די טיפע שאטענ׳ס פון בלויז שווארץ און ווייס פארציילן געשיכטעס פון זיך אליין, ממש פארבלענדט דאס אויג, און ברענגט ארויס א רייכער ערוועקונג אין די געפילן.

כ׳וואלט אפילו געזאגט אז אט די סינעמעטאגראפיע איז איינס פון די הויפט כאראקטער׳ס אינעם פילם. פארהאן פילמען, ווי די מוזיק שפילט א הויפט ראלע און איז א כמו כאראקטער אינעם פאסירונג. אין ׳אידא׳, איז אינגאנצן נישטא קיין מוזיק אלץ באגלייטונג, אנשטאט, טוט דער הערליכער קאנטראסט פונעם בילד, און דער ריינעם אופן וויאזוי עס איז פארגעשטעלט, פארנעמען איר פלאץ.

דאס לעצטע שווארץ און ווייסער פילם וואס האט געלאזט אויף מיר אזא איינדרוק איז געווען ״דאס ווייסע באנד״, א פילם וועגן מיסטריעזנדע פארקומענישן אין א דייטש׳ן שטעטל הארט בעפאר די ערשטע וועלט קריג.

אבער בשעת וואס דער ׳ווייסער באנד׳ צווינגט אונז זיך צו ספראווענען מיט׳ן גרויל און דיוטא התחתונה פונעם מענטשהייט, איז אבער דער פיין און שמערץ אין ׳אידא׳ באגראבן און פארגליווערט למטה מעשרה טפחים. שטיל, הארט און פארפרוירן אזויווי דאס ווינטערדיגער פוילישער אקער לאנד אויף וואס דער קאמערע לאזט כסדר פאלן זיינע אויגן.

׳אידא׳ איז, און דערציילט דאס געשיכטע פון, א נאאיווע איינזאם מיידל, א יתומה, וואס ווערט אויפגעצויגן אין א קלויסטער אן דעם וואס זי זאל האבן פארבינדונג מיט די דרויסענדיגע וועלט, און אן קיין שום שייכות צו א משפחה אדער קרובים.

איר לעבן איז פשוט און אומפארצווייפלט, די אַבבעסס איז איר מוטער, רעליגיע, איר פאטער. אבער דאך, איז איר לעבן א לעהרע רעטעניש, און זי ווערט געשטופט (כמעט בעל כורחה) דאס צו אנטשיידן.

ווען זי ווערט געוואר פון אן איינצעלנע קרובה וואס זי פארמאגט יא, א טאנטע, לאזט זי זיך ארויס אויפ׳ן וועג בכדי זיך צו באקענען נאענטער מיט דאס איינציגסטע און מעגליך לעצט פארבליבענע מיטגליד פון איר פאמיליע.

די מומע, אויך אן עלנדע פרוי, איז ווייט נישט וואס אידא האט זיך פארגעשטעלט אדער געקענט פארשטעלן. זעלבסטשטענדיג, קוראזשפול און אויסגעשפראכן אפן, אנטקעגן אידא׳ס איינגעצוימקייט און פארזיכטיגקייט, זענען די צוויי א אפענע סתירה.

צומאל קומט פאר ווי דער עלטערער מומע איז גאר דער יונגערער פון די צוויי, פול מיט לעבנסקראפט און א באגער צו לעבן מאמענטואל פריידליך אן צו טראכטן וועגן קאנסעקווענצן אדער פאראיבל, בשעת וואס דער יונגערער אידא קומט פאר ווי דער מער עלטערער פון די צוויי, באזעסן, דערוואקסן און ערצויגן.

וואס שפילט זיך אויס פון זייער באגעגעניש, איז א טרויעריגער רייזע וואס דעקט אויף דער אינערליכער בונד און שיקזאל פון צוויי פונאנדערגעשיידטע פערזאנען וואס כאטש זיי זענען לפנים גאר אנדערש, זענען זיי דאך געקנאטן פונעם זעלבן טייג.

ביידע זוכן ענטפער׳ס, ביידע ווייסן אז דאס וואס זיי זוכן איז נישט גרינג צו פארדייען, און ביידע גרייטן זיך דערצו אויף זייער אייגנארטיגן אופן.

׳אידא׳ צילט מער אויפ׳ן ״לאן אתה הולך״ ווי אויפ׳ן ״מאין באת״. מיר מענטשעלעך זוכן כסדר ריכטונגען, ס׳איז סאך גרינגער זיך ארויף צוכאפן אויף אן אויסגעטרעטענעם וועג, יענעמ׳ס וועג, ווי אליינ׳ס זיך אויסצוקירעווען דאס אייגענס.

׳אידא׳ פרעגט שווערע שאלות, אבער ענטפערט כמעט נישט קיין תשובות. אפילו ווען דער תשובה אדער דער אויסקום פון אן עפיזאד איז גאנץ קלאר, ווערט דער פארהאנג פארצויגן און עס לאזט דעם צוקוקער ציען אייגענע אויספירן. ׳אידא׳ס ציל איז קענטליך נישט מהנה צו זיין דעם גופניות׳דיגער רגש כדרך רוב פילמען בזמנינו.

ס׳איז אויך גאר מערקוודיג וויאזוי עס שליסט איין רעליגיע און פאמיליע אלץ צוויי קעגנזייטיגע, אבער אויך איינזייטיגע, היפכים, וואס וויקלען איין דעם איינזאמער׳ס זעהל למחסה ולמסתור מזרם וממטר.

צום סוף, קומט נישט ׳אידא׳ לידי החלטה, דאס לעבן גופא איז דאך אויך אזוי. שוין אפגעזעהן פון ׳העפי ענדינג׳ס׳, איז אין ׳ריעל לייף׳ כמעט נישטא קיין אנטשיידונגען בכלל, ס׳איז אלעס פראגע צייכענ׳ס, און דאס לעבן ווערט באגראבן, נישט פארענטפערט.

אבער ׳אידא׳ מאכט יא א הנחה, אז ס׳איז לאו דוקא געוואנדן אין ווער עס פארמאגט בעסערע כלים אדער חכמת החיים, ס׳איז נישטא קיין איינצעלנער אמת אדער מיטל, דאס לעבן פארמאגט ווערט בלויז אויב דער ציל ווערט רייכער פון צייט צו צייט. ווען ווייטאג נעמט איבער, ווערן די מעגליכקייטן און דער אויסקום בלויזע ליניעס פון שווארץ אויף ווייס.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 494
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 1:29 am
האט שוין געלייקט: 871 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1058 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:40 pm

גם אני מצטרף להמלצה על התמונה המתנועעת דמתקרייא בשם אידא. וראוי לכל מי שאינו רואה עולמו בשחור ולבן לראות התמונה השחור לבן הזו. וברוך השם שאפשר לכל יהודי לראותו בנקל באתרא דנטפליקסא.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3744
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:22 am
האט שוין געלייקט: 1729 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5549 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:42 pm

גייען מיר קוקן.
זיי שרייבן אז עס איז ארויסגעקומען אין 13', און די רעיטינג איז גאנץ שוואך (2.4/5)
העמיר זען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ישראל קאפקע אום דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:47 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 6:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

הודעהדורך יתרו » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 11:55 pm

עס איז אויך דא אויף עמעזאן פריים. דארט האט עס פיר כוכבים.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 698
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 438 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 623 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » מוצ"ש פעברואר 21, 2015 10:56 pm

נאמינירט בעסטע אויסלענדישע שפראך פילם, Ryszard Lenczewski און Lukasz Zal נאמינירט פאר בעסטע סינעמאטאגראפיע ביי די 87 אקעדעמי אווארד'ס.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 6:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג פעברואר 22, 2015 12:09 am

מיר איז דאס גראדע נישט געווען אזוי אינטערסאנט, אפשר האב איך געהאט צו הויכע עקספעטאציע.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2969
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 4:06 pm
האט שוין געלייקט: 3726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4197 מאל


גיי צוריק קונסט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט