אינטערסאנטע מנהגי ישראל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 858 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 701 מאל

אינטערסאנטע מנהגי ישראל

שליחה דורך ירח בן יומו »

במשך טויזנטע יאר אין גלות און יודן האבן זיך פארשפרייט אין אסאך פלעצער און צאמגענומען פון איבעראל געדאנקען ווי אויך איז פארגעסן געווארן פרטים עד כדי כך אז היינט אז מ'קוקוט זיך אים איז אסאך מאל שווער צו דערקענען אז אלעס שטאמט פון איין רעלגיע, כולם מרועה אחד ניתנו, אז מ'וועט אנהייהן קוקן די חילוקים אין קיום המצוות פון אחינו בני ישראל יושבי ארצות המזרח ביז די אייראפיעשיע אפשטאמיגער איז צו מאל ממש נישט צום דערקענען.
אויף די זעלבע אופן איז אויך שייך צו טרעפען חילוקים ציווישן קריזן און חסידות, אדער בני ישיבה, אז מ'וועט זיך נאכפרעגן וועט מען געפונען אסאך חילוקים וואס מ'האט קיינמאל נישט גע'חלומ'ט אז עס זענען דא יודען וואס טועהן אנדערש ווי איך בין געוואוינט, למשל א חסידישע יוד וועט זעהן איינעם זיצן ביי קידוש אדער הבדלה, וועט ער גלייך טראכטן אז דא האנדלט זיך פון א חולה מסוכן (אדער בגוף-און ער קען ממש נישט שטיין אויף די פוס, אדער בנפש-און ער ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך), אבער ווען מפרעגט זיך נאך אדער מ'קוקט אריין אין שו"ע זעהט מען אז דאס איז א אנגענומענע שיטה, און טאקע ביי די ליטווישע פירט מען זיך אזוי לכתחילה. ווידער אמאל ווען א ליטוואק וועט זען אז ביי חסידים אז מ'לייגט נישט קיין תפילין חול המועד וועט ער אנהייבען צו טראכטן אז דא האנדלט זיך פון א קרקפתא דלא מנח תפילין, (ווי האט יענער געזאגט, די משנה ברורה מאכט א טעות אין דעם הלכה, איך האב דאך קיינמאל נישט אזוי געטוהן).
לאמיר פריוויען צאם נעמען אינטערסאנטע מנהגים וואס זענען דא ציווישן יודן, אבער לאמיר אנהייבען מיט מנהגים וואס האט א מקור אין הלכה אדער מ'טוט פארקערט פון די הלכה (אויף די מנהגים אויב מ'עסט ציבעלע קוגל פאר יום זה מכובד אדער נאכדעם פאדערט זיך א באזונדערע אשכול):

אין אמשינוב טרונקנט מען א פינפטע כוס ביים סדר.
אין צאנז מאכט מען א שהכל אויף קארטאפל.
אין חב"ד שלאפט מען נישט אין סוכה.
אין די ליטווישע פלעצער גייט די בעל תפילה א טלית ביי מנחה-מעריב.
אין גער לייגט מען תפילין ש"י בנוסח אשכנז (מ'דרייט די רצועות אריין צו זיך).
אין באבוב דאווענט מען א טאג פאר ערב פסח א קורצע מנחה (הויכע שמו"ע ביז קדושה) אנגעטוהן מיט א טיליפ.
אין טשרנובל מאכט מען א ברכה ביים איך די הלל ביים באקן די מצות ערב פסח.
אין בעלזא עסט מען פאר מ'דאווענט שחרית.
אין ליובאוויטש גייט מען א גארטל אינטער די העמד.
אין צאנז נוצט מען נאר גלעזערנע כלים ביים סדר.
נאך שבת וועל איך ברענגען נאך, אויף דערווייל לאמיר זעהן וואס די עולם קען צושטעלן.

דער אשכול פארמאגט 244 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר