העי! יא דו, כ'רעד צו דיר

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
באניצער אוואטאר
קעלנער
מנהל תשע"ד-ע"ו
מנהל תשע"ד-ע"ו
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל

העי! יא דו, כ'רעד צו דיר

שליחה דורך קעלנער »

אנטשולדיגט פאר'ן דיר איבעררייסן דעם טאג, אבער כ'האב א וויכטיגע מעסעדזש איבערצוגעבן. דו ביסט דא א מעמבער פון קאווע שטיבל פינקט ווי נאך הונדערטער אנדערע, און מיר אלע ווילן ארויסהעלפן און שטיצן די וואס ארבייטן שווער פאר אונזערטוועגן.

ווילסטו דערמוטיגן אדער אנטמוטיגן די חברים וואס נעמען די מיה צו נוצן און אונז צו שענקען פון זייערע טאלאנטען?

ווען אונזערע חברים שטרענגען זיך אהן צו נוצען זייערע טאלאנטען, העלפען זיי אז קאווע שטיבל זאל זיין פול מיט טאלאנט און זיי העלפן צו די הצלחה פון דעם פלאץ. זעקס און דרייסיג טייערע חברים האבן גענומען די מיה צו שרייבן פאעמעס כדי אנטייל צו נעמען אין די "שושנים" פראיעקט. עס קומט זיך זיי די מינימאלע אנערקענונג.

אקעי, כ'האב שוין געהערט די תירוצים. "כ'פארשטיי נישט צו פאעזיע", "כ'האב נישט קיין געדולד זיך אריינצולייגן דערין", "פאעזיע שמאעזיע". אמת, א טייל פון די פאעמעס זענען פון העכערן סארט וואס פארלאנגט מבינות, אבער גענוג פאעמעס זענען down to earth, געשריבן מיט געשמאקע גראמען, און יעדער קען פארשטיין די כוונת המחבר.

ווילסטו דערמוטיגן אדער אנטמוטיגן די חברים וואס נעמען די מיה צו נוצן זייערע טאלאנטען? כ'בין זיכער אז דו ווילסט דערמוטיגן און מחזק זיין. ווייז זיי אז דו שעצסט זייער ארבייט גענוג אויף צו נעמען די פאר מינוט אפצוגעבן דיין שטימע.

די פארמעסט איז נישט אויף ווער עס קען שרייבן די מערסטע פראפעשאנעל פאום פאר וואס מ'דארף האבן מבינות. דו, יא דו, ביסט גענוג א מבין! דארפסט נישט איבערקוקן און איבערגיין די פאעמעס צעהן מאל אויף צו מאכן א באשלוס. קענסט עס טוהן שנעל און געשיקט – גיי דורך די פאעמעס, ס'דארף נישט נעמען מער ווי פופצן מינוט פאר יעדע 12 פאעמעס, און מאך א שנעלע באשלוס וועלכע דריי געפעלן דיר די מערסטע. אפשר וועט דיין באשלוס טאקע נישט זיין אינגאנצן גערעכט אדער פונקטליך, אבער ס'איז אסאך בעסער ווי בכלל נישט שטימען.

איז זיי'זשע אזוי גוט, און גארטעלט דיך אהן צו נעמען די קליינע מיה מחזק צו זיין אונזערע שרייבערס.

א דאנק פאר'ן אויסהערן, און ביטע געב אפ דיין שטימע!



_________________
קוק איבער די פאעמעס אין דעם "גן של שושנים", און מאך דיין באשלוס.

דא איז די ערשטע שטים בודקע

דא איז די צווייטע שטים בודקע
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

די וואלן דא דערמאנט מיך פון די יעצטיגע שטורמישע וואלן אין מדינת ישראל.
אלי ישי טייערער, אויב האסטו שכל, נעמסטו אויף קעלנער פאר דיין ראטגעבער און כוכב אלס וויציע.
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 503 מאל

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

כ'פיהל א חוב קדוש אפצוגעבן מיינע רייד היתכן כ'נעם נישט אנטייל אונעם יעצטיגען שטימען אונעם יעצטיגן אנגעצויגענע וואלן טעג.
איך בין א שטארקע מיטגליד אונעם שטיבעל דא, אפי' כסדר מאכט זיך אנגעצויגענע טעג נאך אלץ טריי איך טעגליך צו געבן א וויזיט דא אין אונזער שטיבעל אין דא דארט געבן א זאג עפעס.
אבער הערטס צי, גראמען פאעזיע פשוט אין פראסט עקלט מיך, לפע"ד קען א שרייבער נישט גוט ארויס ברענגן זיין נקודות ווייל ער איז פארנומען אז די שורות אין ווערטער מיזן שטימען
נאכן זעהן די שושנים פארמעסט האב אין געטרייט "פיהר" מאל אנצוהייבן ליינען, מה נאמר מה נדבר, כ'האב עס פיינט, כ'האב געזעהן כוכב'ס ארבייט אנדערע מקומות, ס'געפעלט מיר אסאך בעסער, כוכב איז מיין רבי אין כ'קוק שטארק ארויף אויף עיהן איי לאוו הים, באט נישט יעצט אין דא
כ'וויל ליינען רואיג אין באטאמט יענעם'ס ארבייט, נישט זיין ביזי רעכענען וואס ער מיינט מיט מאדנע ווערטער אבי די פאעזיע זאל שטימען.
איך גיי נישט שטימען פליז פארשטיי מיך
איך וועל גערן געבן געלט, צייט, כח, פאר די שטיבעל, נישט ליינען עפעס וואס איז נישט מיין קאפ אויף טיי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטאפענע קאפעליטש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

שליחה דורך כוכב »

[tag]טייערע חברים:

Ben-Shishim, berlbalaguleh, chusid, its me, Kool man, matovu, positive.yid, shlomyg, WillyChiller, Young Investor, zurich, лпم iοوԴ, אוהב ספרים, אויליגער, אויסגערוט, איחוד פעלד, אייניקעל, אפשר, בעל הבית, בר דעת, גאלד, גאליציאנער, גימפל, גנדי, געוואלדיג, גראדעמעכעלע, גראף, גרוש, דענקער, הדד בן בדד, היסטאריקער, הרב_שלום, זיגמונד פרויד, טרופ תלמיד, טשולענט, יאיר, יאסל ראקאווער, יהושע חיים, יונגערמאנטשיק, יין שרף, יעלה ויבא, יצמחפרקני, ירח בן יומו, ישמעאל הכהן, ישראל קאפקע, ל.רוזן, לא להנאת גופי, לאליפאפ, לבי במזרח, ליטוואק פון בודאפעסט, מודה אני, מימוש, משבק, משגיח, משה לייזער, משה פיטות, משולם שטיינפעלד, סאו וואט, סודני, סלינקי, סמבטיון, עולם_גולם, עין טובה, פאדעם, פאלענד ספרינג, פיש כאפער, פלאוויוס, פליקער, ציבעלע-קיגל, ציגרעטל, קאפקעיק, קלינעקס, קעלנער, קרעמער1, ראשעקאל, שושן פורים, שלום על ישראל, שעפטל, תרנגול[/tag]

איר האט שוין געשטימט?


כ'וויל הערן א הילכיגן יא!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5131 מאל

שליחה דורך ראשעקאל »

יא!!!
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 503
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 688 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך וויליאמסבורגער »

טאקע נאך נישט געשטימט. קעלנער איז גערעכט. גיימיר שטימען.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2269 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

כוכב האט געשריבן:[tag]קעלנער,[/tag]

איר האט שוין געשטימט?


כ'וויל הערן א הילכיגן יא!

:o
(- - -)
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8966 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

עפעס "שטימט" נישט. אה, כוכב האט געקאפי פעיסט די אנ"ש טעלפאן בוק.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2513
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 5049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3289 מאל

שליחה דורך יין שרף »

איך און מיין ווייב שטימען נישט... כככככ... ס׳איז נישט קיין דשאוק... אבער כ׳האב שוין צוויי מאל אליין געשטימט, ממילא זעהט מען אז ס׳איז איר פראבלעם...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך אויסגערוט »

ביידע טעג געשטימט :like :like
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10583 מאל

שליחה דורך אבטולמוס »

ווי שוין געשריבן, האב איך שוין געשטימט אין ביידע אנקעטעס.
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1840
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2314 מאל

שליחה דורך גראדעמעכעלע »

געשטימט ערליך מיט א לשם יחוד פאר דער וואס האט ציגעזאגט די מערסטע דירות אין די נעקסטע צוויי יאר
@כוכב וואס איז פשט פין די ליסט וועם האסטי אריינגעלייגט אין וועם נישט?
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך אויסגערוט »

מיר זעט אויס ווי ער האט געקאפיט די רעגיסטרירטע באנוצער פונעם ווער איז דא געווען ליסטע אויף דער הויפט זייט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

שליחה דורך שעפטל »

געשטימט אויף אלע דריי!
:like :like :like
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 10:45 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 247 מאל

שליחה דורך חיים נחום הלוי פריעד »

געשטימט זונטאג אין דער ערשטער שטים בודקע, איצט וועל איך בע"ה שטימען אין דער צווייטער און דריטער.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3446
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2860 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ברוך מחיה מתים!!!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אקעי, נאכן רוף פונעם געטרייען איבערגעגעבענעם מנהל @קעלנער, בנוסף צו די פארפלייצונגען פון די פלאקאטן אין די אשכולות און פילע נאכאנאנדע בקשות אין אישי, האב איך באשלאסן צו אפגעבן מיינע שטימען,

כ'האב שוין אפגעשטימט אין אלע 3 שטים בודקעס, און איך בין מוסר מודעה און מגלה דעת אז אויב קען איימיצער זעהן פאר וועמען איך האב געשטימט (איך זאג נישט פאר קיינעם וועלכע), זאל ער/זי נישט מאכן קיין אישו דערפון, כ'פארשטיי גאנץ קנאפ צו די געקונצעלטע סחורה, כ'האב אלעס אדורכגעקוקט בכובד ראש, כ'האב געשטימט פאר די דאזיגע וועלכע רעדן צו מיין הארץ, צו מיין נפש, אדער וואס איז טאלאנט און גאונות אפילו פאר מיין פשוט'ן קעפל, ד.ה. נישט צו טיפזיניג. וה' הטוב יכפר.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קעלנער
מנהל תשע"ד-ע"ו
מנהל תשע"ד-ע"ו
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל

שליחה דורך קעלנער »

קיינער (אריינגערעכענט די מנהלים) קענען נישט זעהן פאר וועם מ'האט געשטימט.
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

כוכב האט געשריבן:[tag]טייערע חברים:

Ben-Shishim, berlbalaguleh, chusid, its me, Kool man, matovu, positive.yid, shlomyg, WillyChiller, Young Investor, zurich, лпم iοوԴ, אוהב ספרים, אויליגער, אויסגערוט, איחוד פעלד, אייניקעל, אפשר, בעל הבית, בר דעת, גאלד, גאליציאנער, גימפל, גנדי, געוואלדיג, גראדעמעכעלע, גראף, גרוש, דענקער, הדד בן בדד, היסטאריקער, הרב_שלום, זיגמונד פרויד, טרופ תלמיד, טשולענט, יאיר, יאסל ראקאווער, יהושע חיים, יונגערמאנטשיק, יין שרף, יעלה ויבא, יצמחפרקני, ירח בן יומו, ישמעאל הכהן, ישראל קאפקע, ל.רוזן, לא להנאת גופי, לאליפאפ, לבי במזרח, ליטוואק פון בודאפעסט, מודה אני, מימוש, משבק, משגיח, משה לייזער, משה פיטות, משולם שטיינפעלד, סאו וואט, סודני, סלינקי, סמבטיון, עולם_גולם, עין טובה, פאדעם, פאלענד ספרינג, פיש כאפער, פלאוויוס, פליקער, ציבעלע-קיגל, ציגרעטל, קאפקעיק, קלינעקס, קעלנער, קרעמער1, ראשעקאל, שושן פורים, שלום על ישראל, שעפטל, תרנגול[/tag]

איר האט שוין געשטימט?


כ'וויל הערן א הילכיגן יא!

כ'האב מורא אז איך בין געווארפן פון די מוסדות :(
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1840
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2314 מאל

שליחה דורך גראדעמעכעלע »

שעפטל האט געשריבן:געשטימט אויף אלע דריי!
:like :like :like
המלוכה והממשלה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1135
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1502 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1925 מאל

שליחה דורך המלוכה והממשלה »

געשטימט פאר אלע דריי
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלסטעישן
נאר מייקעל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדאקעישען
נאר די סעקעלער געריכטן טוהן עפעס פאר יושר און צדק
באניצער אוואטאר
קעלנער
מנהל תשע"ד-ע"ו
מנהל תשע"ד-ע"ו
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל

שליחה דורך קעלנער »

אויב האסטו נאך נישט געשטימט, לאמיך דיר נאכאמאל דערמאנען אז מיט א קלייניקייט ביסטו מחזק די שרייבערס און אנפירערס פון דעם פראיעקט. עס איז א מינימאלע זאך וואס איר קענט טוהן צו ווייזן הכרת הטוב און חיזוק.

נעם די פאר מינוט און געב אפ דיין שטימע אין די ערשטע שטים בודקע וואס פארמאכט זיך אין ווייניגער פון 90 מינוט.

גלייכצייטיג געב אויך אפ דיין שטימע אין דעם צווייטן שטים בודקע וואס פארמאכט זיך מארגן אינדערפרי.
באניצער אוואטאר
קעלנער
מנהל תשע"ד-ע"ו
מנהל תשע"ד-ע"ו
הודעות: 589
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל

שליחה דורך קעלנער »

נישט יעדער איז אזוי העפי מיט די אויסגאנג פון די היינטיגע וואלן.... און מיט רעכט, טייל הערליכע שטיקלעך האבן פארלוירן זייער שאנס צו זיין פון די פיינעליסטען מיט בלויז איין שטימע. יא, יעדע שטימע מאכט א חילוק. מאך זיכער אז מארגן אינדערפרי זאל די וואלן אויסגאנג זיין גינסטיגער פאר דיין געשמאק. געב אפ דיין שטימע אין דעם צווייטע שטים בודקע!
רעאגיר