יישר כח.
בחרדת קודש אדרוש בשלום כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א,
נאכן נעמען רשות מכבוד קדושתו, וועל איך אהנהייבן מיט מיין ברכה, ברכת הדיוט, אז כבוד קדושתו זאל מצליח זיין מיט הנהגת העדה, הוא ובנין, לאריכת ימים ושנים.
איך בין א באבובער חסיד. איך בין אויפגעוואקסן אין באבוב. איך בין אויך אמאל געווען היימיש מיט כבוד קדושתו. כאטש איך האב בוחר געווען צו גיין מיט כ"ק מרן אדמו"ר, די איידעם פון רב ז"ל, פונדעסטוועגן איז עס נישט געקומען מתוך שנאה צו כבוד קדושתו ח"ו, ואדרבה, מצדי וואלט איך נאך היינט געקענט באשטיין צו האבן א שייכות צו די אנדערע צד אלס די זוהן פון די פריערדיגע רב ז"ל. איך האב אזוי בוחר געווען צוליב טעמים הנימוקים עמי.
ועל של עתה באתי:
איך האב מיט געהאלטן מריחוק מקום, די שמחת בית וויזניץ/באבוב (בן רב"צ מייזליש שליט"א), וואס איז נעכטן פארגעקומען אין עיר התורה ב"ב יצ"ו. איך האב געזען די הערליכע בלידער און קליפס ווי רבינו האט זיך משמח געווען ביחד עם ראשי אלפי ישראל, ובתוכם האדמורי"ם לבית וויזניץ בעלזא. עס איז געווען א הערליכע שמחת בית צדיקים, ווי צדיקים האבן מתעלס געווען באהבים. ומשמחה זו יושפע לנו שפע מרובה מן השמים.
קוקנדיג אויף די תמונות, האט עס מיר געמאכט טראכטן פון א נקודה, וואס איך האב געטראכט אז אולי וואלט געווען כדאי עס צו שרייבן אל כבוד קדושתו. ואקוה שיתקבלו מחשבותי לפניכם לרצון.
די בילדער האט מיר צוריק געברענגט צו א תקופה פון 20-30 יאהרן צוריק. די תקופה איז פאר אלעמען באקאנט, ווי די שלום איז געווען רחוק פון משפחה בית וויזניץ כרחוק שמים וארץ, ויותר. מען האט געווארפן דעם עלטסטן זוהן, דער בעלזער איז געווען צוקריגט מיטן שווער דער ישועות משה, עד כדי כך אז ער האט נישט געקענט באזוכן דעם שווער בביתו. (כידוע הביקור של הבעלז'ער והישועות משה אצל מרן המהר"ש בקרית באבוב בחורף שנת תשמ"ו). עס איז געגאנגען מעסער שטעך פון אלע זייטן אז עס איז כמעט נישט געווען א טאג וואס וויזניץ האט נישט צוגעשטעלט קיין מקוה נייעס.
היינט זעהט מען ווי יעדער איז זיך משתתף ביי די שמחות פון די צווייטע בפנים צהלות. יעדער טאנצט מיט די צווייטע. עס איז ממש א כבוד שמים!
שטעלט זיך א שאלה: האט מען פארגעסן די טענות וואס איינער האט אויף די צווייטע? געדענקט נישט הרמ"מ מוויזניץ אז ער האט אמאל געחלומ'ט אז ער גייט זיין די איינציגסטע רבי אין וויזניץ ב"ב? האט ער דען פארגעסן אז דער טאטע האט קלאר געשריבן אין זיין צוואה אז רק הרמ"מ יישב על כסאי, און פי כפיו, און מי שיעזור לו אמליץ בעדו בעולם הבא? געדענקט נישט הגר"י מוויזניץ וויפיל הרמ"מ האט געארבעט אז ער זאל קענען צוריקגיין קיין וויזניץ? געדענקט ער נישט וואס דער בעלזער האט געטוהן פאר אים און קעגן אים?
אבער זיי האבן איינגעזעהן וואס האט מען פון זיך קריגען? מען שלינגט אראפ און מען גייט ווייטער. טאקע דאס שטייט די וועלט און שטוינט וויאזוי מען האט געקענט אריבערמישן די בלעטל און זיך אדורך קומען. און נאר וועגן דעם האט כבוד קדושתו געקענט נעכטן נאכט טאנצן מיט דיע אלע אדמורי"ם.
ובכן אכתוב אל המלך אשר לא כדת. קודם מזל טוב פאר די געווינס פון די דין תורה ביום כ"ה אלול העעל"ט. כ"ק האט געוואונען אלע בנינים און אזוי אויך געוואונען די פאקט אז נאר כ"ק קען זיך רופן אדמו"ר מבאבוב. יעזור השם אז כ"ק זאל קענען זיין א שטאלץ פאר דעם נאמען און פאר דעם הייליגן דיינעסטי. וואס ציהט זיך ביזן צאנזער רב זי"ע ראפשיצער רב זי"ע ולמעלה בקודש. כ"ק זאל זוכה זיין ווייטער צו פארהייליגן דעם נאמען לדורות עולם.
איך האף אז כ"ק האט זיך אביסל ארום געקוקט און זיך אנגעקלעבט פון דעם הנהגה טובה וואס האט זיך אריינגעכאפט אין דער וויזניציער משפחה. בסך הכל זיי וואס ביי געוויסע האט מען אלעס צוגענומען און אעפ"כ פארשטייט ער אז אויף א שמחה גייט מען מיט די גאנצע קנאק בפנים צהלות. איז א כ"ש ביי כ"ק וואס איז געבליבן מיט אלעס, אודאי אז עס צייט זיך צו פירן בדרכי אבותיו הקדושים, און גיין בדרך השלום, וכמו שכתב כ"ק אויף די מצבה: גולת הכותרת ממדותיו היה מדתו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום.
איך קוק ארויס אויף א שינוי לטובה אין דעם ענין. וברכתי תעלה על ראש כ"ק שבזכות השלום יזכה לכל הברכות הכתובות בתורה, וזכות אבותיו הקדושים יסייעו את כ"ק, עדי נזכה להקיצו ורננו שוכני עפר, וגר יחד זאב עם כבש, בביאת הגואל.המשתחוה להדום רגליו
תמימותדיגע