קלאסישע מוזיק

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8360 מאל

קלאסישע מוזיק

שליחה דורך יאיר »

איך בין לעצטנס געווארן א ליבהאבער פון קלאסישע מוזיק. די אנגענעמע נאטן און די שלוות הנפש וואס גיסט זיך ארויס דערפון נעמען מיר איבער ביז די טיפענישן פון מיין נשמה. און א גרויסע מעלה איז אז עס נעמט נישט אוועק דעם קאפ פון טון סיי וואס. איך קען וואשן די געשיר, ליינען א בוך, און שרייבן אויף קאווע שטיבל בשעת די זיסע מעלאדיעס פילן אן דעם שטוב. אזוי ווי איך בין נאך א רויער אין דעם פעלד, וויל איך בעטן אז אלע וואס האבן עפעס א קענטעניס דערין זאלן מיטטיילן מיט'ן עולם זייערע ידיעות און מיינונגען דערין, און אויב מעגליך ארויפשטעלן קליפס פון רייכע שטיקלעך.
איך וועל אנהייבן מיט איין שטיקל וואס איז גאר בארימט און איז פארבליבן אלס איינע פון די שענסטע אין דעם פעלד פון קלאסישע מוזיק. עס רופט זיך די פיר סעזאנען, און עס באשטייט פון פיר קאנצערטן אקעגן די פיר סעזאנען פונעם יאר, ווינטער, פרילינג, זומער, און הערבסט. און עס איז געווארן קאמפאזירט דורך דעם איטאליענישן קאמפאזירער אנטאניא וויוואלדי, וועלכער האט געלעבט מיט ארום דריי הונדערט יאר צוריק. פאלגנד איז א יו טוב קליפ דערפון.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=GRxofEmo3HA[/youtube]
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 130 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר