דאס עס טון ביים לוי' איז לכאורה מיטן חשבון צו ווייזן עהרע פאר דעם פגר, דורך'ן זיין דיסרעספעקטפול פאר דער שולדיגער
פאעזיע פארמעסט - ווינטער תשע"ה
גראפיק פארמעסטן זענען שוין פארגעקומען פילצאליגע מאל דא אינעם וועלטל, מיט א גרויסע סוקסעס. יעצט וואלטן מיר געוואלט - מיט די צושטימונג פון נאך אפאר טייערע חברים – פראקלאמירן א פאעזיע פארמעסט!
די ארט פון פאעזיע דארף איך נישט מסביר זיין, דאס איז עפעס וואס מען קען נישט מסביר זיין נאר דורך פאעזיע אליינס, ער קען ארויסברענגען געפילן וואס מען קען נישט מסביר זיין און פארשטיין אן דעם, ער קריכט אריין אין די טיפע סטרונעס פונעם מענטש.
מיר געבן נישט קיין ספעציפישע איידיע, נאר יעדער קען נעמען א נושא מכל מה שלבו חפץ, וואו ער פילט אז זיינע סטרונעס וועלן פליסן, ארויסברענגען מיט ווערטער די טיפעניש פון זיין הארץ, און צולייגן די געפילן אויף א פאעזיטשן ריטעם
ב"ה אז די וועלטל איז פיהל מיט געלונגענע פאעזיטער. ווילן מיר בעהטן פון יעדן איינעם, מארגן איז ניטל, ווען מען טאר סיי ווי נישט לערנען, האט מען צייט. און ליתר שאת, וועלן מיר געבן נאך א וואך, ביז קומענדיגע וואך ד' וארא.
ביטע אריינשיקן צו iveltpoetry@gmail.com
לית דין בר נש האט געשריבן:פון אייוועלט היינטפאעזיע פארמעסט - ווינטער תשע"ה
גראפיק פארמעסטן זענען שוין פארגעקומען פילצאליגע מאל דא אינעם וועלטל, מיט א גרויסע סוקסעס. יעצט וואלטן מיר געוואלט - מיט די צושטימונג פון נאך אפאר טייערע חברים – פראקלאמירן א פאעזיע פארמעסט!
די ארט פון פאעזיע דארף איך נישט מסביר זיין, דאס איז עפעס וואס מען קען נישט מסביר זיין נאר דורך פאעזיע אליינס, ער קען ארויסברענגען געפילן וואס מען קען נישט מסביר זיין און פארשטיין אן דעם, ער קריכט אריין אין די טיפע סטרונעס פונעם מענטש.
מיר געבן נישט קיין ספעציפישע איידיע, נאר יעדער קען נעמען א נושא מכל מה שלבו חפץ, וואו ער פילט אז זיינע סטרונעס וועלן פליסן, ארויסברענגען מיט ווערטער די טיפעניש פון זיין הארץ, און צולייגן די געפילן אויף א פאעזיטשן ריטעם
ב"ה אז די וועלטל איז פיהל מיט געלונגענע פאעזיטער. ווילן מיר בעהטן פון יעדן איינעם, מארגן איז ניטל, ווען מען טאר סיי ווי נישט לערנען, האט מען צייט. און ליתר שאת, וועלן מיר געבן נאך א וואך, ביז קומענדיגע וואך ד' וארא.
ביטע אריינשיקן צו iveltpoetry@gmail.com
דריידל האט געשריבן:אפשר דארף ק"ש געבן קרעדיט פאר אייוועלט פאר די געדאנק פון האבן א חרדישע פורום אין אידיש?
א בריוו וואס האט מיך צוריקגעקערט מיין אמונה
» מיטוואך ינואר 07, 2015 9:34 pm
איך לייג דא פאר די בריוו עס קען זיין אז איינער אויף דער וועלט וועט הנאה האבן דערפון אל תמנע טוב מבעליו,
צו מיין טייערע "געוועזענע" באליבטע חבר,
אזוי ווי עס איז מיר באוויסט אז דיין הנאת הנפש איז חכמה וואס חכמה איז א טיפע זאך און ווי טיפער אלץ ווערט מען געוואויר חדשות און אמאל קען איין קליינע טיפע חכמה עפענען א נייע וועלט און א נייע בליק אויף אלעמען,
און אזוי ווי עס איז דא חכמה דקליפה וואס דאס איז אויך טיף עמוק עמוק ווי דו ביסט אריינגעגאנגען, אבער ווען דער באשעפער וועט נאכאמאל מאכן אזוי ווי ביי מתן תורה וואס יעדער האט געזען כי ה' הוא האלקים און יעדער וועט באקומען אזא כח החכמה אז אלע אנדערע חכמות פון די קליפה וועלן בטל ווערן און עס וועט זיין יכירו וידעו כל יושבי תבל ויקבלו כולם את עול מלכותך און מען וועט איבערגעצייגט ווערן מיט אלע חושים און מיטן גאנצן נפש די ריינע אמונה וידע כל פעול כי אתה פעלתו ויבין כל יצור כי אתה יצרתו ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה דעמאלטס וועט מען זען ווי נאריש און ביטער די חכמה דקליפה איז,
אבער וויבאלד די חכמה דקליפה איז זייער גרויס און די הסתרת פנים פון חכמה דקדושה איז געוואלדיג באהאלטן דערפאר ווען איינער קריכט אריין אין די חכמה דקליפה איז זייער שווער ער זאל זיך ארויסזען פון דעם ווייל דאס זעט אים אויס אמת און אלעס חוץ דעם פאר שקר און דערפאר איז די תשובה דערפון זייער שווער ווייל עס איז שווער צו טוישן א קאפ וואס איז אויסגעבויט מיט חכמה דקליפה און דערפאר איז כל הפורש ממינות מיית
אבער מיר געפונען אין די ספרים הקדושים אז מיט א שטארקע תשובה מיט מסירות נפש קען מען יא תשובה טון אפילו אויף כפירה און מינות
און מיט סייעתא דשמיא איז מען זוכה צו תשובה טון באמת און דעסטוועגן זאל מען קענען בלייבן לעבן אזוי ווי דער רמב"ם שרייבט אין א בריוו (עי' דברי יואל שובה דף רי"ג)
און כאטש דו האסט נישט לויט דיין חכמה קיין שום טראכט צו האבן מסירות נפש אויף א זאך וואס דו האלטסט אז דאס איז שקר, אבער האב רחמנות אויף דיר אליינס זיך נישט צו מאכן "מוזרעבל" א גאנץ לעבן, האב רחמנות אויף דיין זיידע און באבע, האב רחמנות אויף דיין טאטע און מאמע, האב רחמנות אויף דיין שווער און שוויגער, האב רחמנות אויף דיין ווייב,האב רחמנות אויף דיין צוקונפטיגע איידים, האב רחמנות אויף דיינע זיסע קינדערלעך, עס וועט דיר זיין זיס און גוט ווען דו וועסט מיט א שטארקייט זאגן פאר דיינע חברים איך זאג אפ ענקערע טעקסט, ווען דו וועסט יעדן טאג זאגן די ווערטער "פארשאלטן זאלן זיין די אלע משכילים רבונו של עולם העלף מיר איך זאל געראטעוועט ווערן פון זיי"
אדרבה זאלסטו ווייזן א סעמפל וויאזוי מען קען זיין א העלד און זיך שלאגן מיט די גרעסטע כח הטומאה ברעך דאס דורך און טו העלפן אנדערע ארויסקריכן פון די חכמה דקליפה
אדרבה מען מוטשעט זיך זייער אין הילף פון נפשיות'דיגע פראבלעמען פרנסות, שלום בית, תאוות פראבלעמען, חכמה דקליפה פראבלעמען, זיי דו דער וואס וועט העלפן אנדערע אידן אין די פראבלעם פון חכמה דקליפה,
באקומסט דאך זיכער עפעס א הרהור תשובה אמאל אמאל, !!הלואי וואלט איך נישט אריינגעפאלן אין די חכמה דקליפה!! נאר עס ווערט תיכף אוועקגעשטויסן, נא דאס איז דאך די בת קול וואס השי"ת שיקט אריין אין דיין הארץ שובו בנים שובבים און דו ביסט דאך מחויב צו תשובה טון אויף כפירה און מינות ד.מ. אז השי"ת זאגט דיר, עס איז טאקע שווער צו תשובה טון אויף כפירה און מינות אבער דו דארפסט און דו קענסט און דו ביסט מחויב צו טון אלעס מעגליך צו תשובה טון אויף דעם (דברי יואל שבת שובה דף רי"ג)
יעדע קלייניגקייט איז היינט ווי מסירות נפש די פאר קליינע זאכן וואס דו וועסט טון השתדלות די עיקר אפהאקן מיט די אלע אויפגעקלערטע און גיין מיט "תמימות" אזוי ווי אברהם אבינו דער גרעסטער פילוסוף אבער מיט עקשנות און תמימות התהלך לפני והיה תמים נישט מיט קיין איין ווארט ליצנות איז ער אנגעקומען,
גיב נישט אויף אפילו נאך מיליאן מאל פרובירן אז דו וועסט טון וועט דיר השי"ת העלפן,
געדענק אפילו ווען איינער האט זיך זיין נשמה אויפגעטוישט מיט א נשמה פון ערב רב אדער מיט א נשמה פון זרע עמלק אבער מיט די כח פון טראכטן אסאך מאל "איך וויל זיין ערליך" "איך גיי פרובירן צו טון וואס השי"ת וויל" "איך גיי פרובירן צו האבן ריינע אמונה אין חז"ל און נבואה", די מחשבות פון תשובה וועלן איבערטוישן די נשמה צו א נשמה קדושה
ליין איבער די בריוו יעדן טאג מיט תמימות אן קיין איין משהו ליצנות אבער די בריוו זאלסטו נישט פארפאסן צו ליינען קיין איין טאג ביז דו וועסט חתונה מאכן דיינע קינדער על דרך ישראל סבא
דיין געוועזענע חבר ... און האפט צו זיין נאכאמאל דיין חבר נאכן זיך אויסרייניגן
עצה טובה קמ"ל פאר צו רבי ר' אלימלך זי"ע כ"א אדר וויין דיך אויס פאר השי"ת עס קען דיר אסאך העלפן
איינער שרייבט דא פריער א שבח אויף א נפטר אז ער האט מעביר סדרה געווען פרייטאג צו נאכט נאכן דאווענען, און נישט אהיימגעגאנגען בעפאר ער האט נישט דורכגעלערנט חסידישע ספרים.
במחילת כבודו, דאס טאר מען נישט שרייבן, עס איז לשון הרע אויף א בר מינן!
אין שלחן ערוך שטייט "יקדש מיד", קיינער קען נישט און טאר נישט זיין קלוגער.
אויב האבן צדיקים געפירט טיש שפעט, און געדאוונט שפעט, איז עס הויכע זאכן.
מיר טארן עס נישט נאכמאכן, און אוודאי נישט דערמאנען אלס מעלה און שבח אויף א נפטר.
זאל אים "דער" זכות נישט ביישטיין אויף יענע וועלט.
ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
שמעון וואלף האט געשריבן:את חטאי אני מזכיר
כ'האב נארוואס פראבירט צו כאפן א בליק וואס אונזערע אייוועלט ברידער דיסקאסירן און אט איז וואס האט זיך באוויזן אויפ'ן סקרין
1040 באניצער אויף איינמאל!
פילאזאפיע: א טערמין וואס איז פון א גריכישער ליטעראלער אפטייטש אויף "ליבע צו וויסנשאפט" פארוואנדלט געווארן צו א טיטל פאר כל אשר נשמה באפו וואס שטודירט סיי וואספארא נארישן טעמע אריינרעכנדיג די פארפוילטע אמעריקאנע פאליטיק, מלחמות, און אלע וויסטע ליבעראלע טעמעס אזש עס זענען פארהאן 'פילאזאפן אויף עניני סאציאלע-מידיע' וואס שפענדן זייערע טעג צו פארשן די הוילקייטן פון די בלאגגערס און טוויטעריסטן.
וויסנשאפטלער: א טיטל וואס האט געפאסט בלויז פאר איינער וואס טוט אין וויסנשאפט, ווי די נאמען לויטעט, האט מיט א נייעם שלייער זיך פארדעקט, יעדער וואס גלייבט אין אן אידעע אדער אילוזיע און באשרייבט דאס אין אן עססעי מיט לאטיינישע אויסדרוקן יעדע דא און דארט, ווערט געשאנקן דורך די אקעדעמיקער מיטן צונאמען 'וויסנשאפטלער'.
א רעזולטאט פון אבאנדאנירטע פארשטאנד און נאכגעלאזטע פארשונג וואס איז ווי פארשוואונדן פון די אקעדעמישע קעפ.
האלקים עשה את האדם ישר: א מענטש איז נאטורליך באשאנקען מיט הארץ, שכל, געפיל און פארשטאנד און דאס האט געזאלט פירן די מענטש אויפן דרך האמת, דורך זוכן און פארשן דעם אויבערשטן, און אזוי איז געווען פאר לאנגע יארן.
והמה בקשו חשבונות רבים: אין לויף פון די יארן האט מאטריאליזם איבערגענומען די ראלע פונעם מח און הארץ, די אינערליכע נאטורליכע חכמה ובינה איז פארדעקט געווארן מיט די טעכנישע וועלט, און די פינף חושים האבן איבערגענומען קאנטראל אויף דעם מענטשנס לעבן אנשטאט די נפש.
די שארפסטער קאנטראסט איז מערקנד אין די צוגאנג צו די 5776-יעריגן שאלה: (אדער גאר 15.3- ביליאן-יאר...) וואו און וואס, ווער און ווען איז די באשאף פון די יקום אין וואס מיר זענען א קליינטשיגן חלק דערפון? אין די פריע יארן האט זיך אלעס געדרייט ארום רעליגיע און גלויבן, דער זאגט דגון האט באשאפן דער וועלט, יענער טענה'ט גאר אז בעל איז דער אלס-באשאפער, א דריטער שרייט חי וקים אז דער טלה איז פאראנטווארטליך אויפן וועלט באשאף, דער איד גלייבט און ווייסט אז השי"ת איז דער בורא הכל, און דער אנאלפאבעט האלט אז די וועלט איז אלס געווען.
נייע ווינטן האבן אבער געבלאזן אויפן וועלט, רעליגיעס און גלויבונגען האבן געשפראצט ווי שוואמען נאך א רעגן און אנטוישט אלע זייערע נאכפאלגערס, מענטשן זענען געווארן פרוסטרירט פון גלייבן אן זיין ערלויבט צו פרעגן שאלות, פון בעטן אן קיינע רעזולטאטן, פון טון אן וויסן פארוואס און פארוועם, דאס מענטשהייט האט רעוואלטירט אין הנחות וואס זענען beyond די זעהבארער עקזיסטענץ, מצמצם געווען די וועלט אין מאטעמאטיק, פיזיקס, ארכעאלאגיע, און אסטראנאמיע, און לייקענען איז געווארן א שיטה און א פאך.
אין אנפאנג פונעם ניינצנטן יאר-הונדערט האבן אסטראנאמער רעאליזירט אז די גאנצע universe צושפרייט זיך, דהיינו די שטערנס רוקן זיך אוועק איינע פון די אנדערע אלס מער און מער, אין יאר 1859 האט טשארלס ראבערט דארווין – אן ענגלישע ביאלאגיסט און נאטור פארשער, ארויסגעגעבן א בוך וואס באזירט אויף די אנדעקונג קומט ער צו די החלטה אז די גאנצע יקום האט זיך אנגעהויבן פון איין קליינעם מיסטעריעזער אביעקט וואס האט עקספלאדירט און האלט זיך אין איין אויסשפרייטן, און דאס גאנצע עקזיסטענץ איז אן צופעליגער אויסקום נאך יארן לאנג פון גאז מישונגען, גענעטישע מיוטעישאנס, ארגאניזמס און מאלעקיולן וואס האבן זיך ספאנטאן געפארעמט אין לויף פון די אויסשפרייטונג פראצעס ביז עס האט זיך אנטוויקלט אין די וועלט וואס מיר קענען, און לויט זיינע חשבונות איז די רגע וואס די קליינער אביעקט האט זיך גענומען פארשפרייטן אין רעזולטאט פון אן עקספלאזיע וואס ווערט גערופן the big bang געווען אומגעפער 15.3 ביליאן יאר צוריק (פון וואו ער נעמט די 3. ווייס איך נישט...) דאס ווערט אנגערופן אין די ענגלישע שפראך "the theory of evolution" (די טעאריע פון עוואלוציע) אדער מער ספעציפיש "natural selection".
די טעאריע איז געווארן די אוניווערסאלער שיטה אין וועלט-באשאף וואס רוב פון די סעקולארע וועלט גייט ביי די מיינונג, און אין לויף פון די יארן זענען געפונען געווארן אסאך 'ראיות' און 'הוכחות' לדעתם אז די וועלט איז טאקע עלטער פון בלויז 5000 יארן און איז אריבער אסאך פאזעס, א שטייגער ווי די עיפ-מאן, פאססילס, (וואסטע געזאגט?...) ווילד פרעמדע און גרויסע ביינער, וואס דייטן אן אז עס זענען געווען אסאך מינים וואס עקזיסטירן מער נישט (אזא שאד...), און לויט די טעאריע זענען די היינטיגע מענטשן, חיות, און פויגל אפשטאמיגע פון יענע אומבאקאנטע מינים, און סתם ארכעאלאגישע געפינסן וואס לאבערטאריעס האבן פעסטגעשטעלט (טאקע!?) צו זיין מיליאנען יארן אלט וואס ווייזט אז די וועלט איז גאר עלטער ווי די ביז-דאן אנגענומענע טויזענטע יארן.
די טעאריע וואס איר איינציגסטע שטאנדהאפטיגע באזע איז דארווינס אויסגעקראכענע קאפ... ווערט אין אלגעמיין געזען ווי א סתירה צו די תורה וואס שטעלט אוועק אז פאר 5776 יאר צוריק האט ה' באשאפן א קאמפלעטע וועלט אין 6 טעג, און הרבה דרכים למקום וויאזוי צו באשאפן די וועלט און וויי וואלט אונז געווען ווען ער פרעגט ווען דעם נידריגן אנגעגעסענעם באבערדלטע הארלאזער דארווין אויף אן מהלך וויאזוי צו עקזעקיוטן דעם וועלט-באשאף, און צו גלויבן אז א העכערע כח איז פאראנטווארטליך אויפן יצירה איז אויבנאויף א קעגנזאץ צו דארווינ'ס -וואס, איז געווען אן אטעיסט, (היינט גלייבט ער שוין איינמאל....)- טעאריע אז זאכן האבן נאך ביליאנע יארן נאטורליך זיך אויסגעשטעלט אויף דעם אופן, און רוב ערליכע אידן פון אלע דורות אונגארישע, חסיד'ישע, ליטווישע און תימנע צוגלייך האבן געהאלטן אז ס'איז אסור אנצונעמען די טעאריע פון עוואלוציע טראצדעם וואס די וויסנשאפטליכער וועלט קלעבט שטארק צו די שיטה, און נישט געזוכט צוצושטעלן די תורה צו סייענס, אויך אסאך אידישע אינטעלעקטואלן ווי הרב זמיר כהן פון הידברות, הרב יוסף מזרחי, הרב מרדכי נוגרשל, שטעלן אוועק די טעאריע אלס אן אומגלויביגע סאלושן צו די שאלה פון וועלט-באשאף, ווי אויך הרב אמנון יצחק, ר' אביגדור מילער, האדמו"ר מליובאוויטש רייסן שטארק אראפ די טעאריע אלס כפירה אינעם ערשטן אני מאמין.
פון די אנדערע זייט זענען דא אידישע דענקער און אפילו רבנים וואס זעען נישט אין די תורה קיין שום ווידערשטאנד צו די טעאריע, אסאך טרעפט מען די מהלך ביי די דייטשע און מזרחי'סטישע רבנים ווי למשל ר' שמשון רפאל הירש, רב קוק, ר' אריה קפלן און אנדערע אידישע פיזיקער און עפ"י רוב ביי די מחזירים בתשובה ווי למשל הרב מרדכי בעכער פון די gateway ארגעניזאציע, הרב אורי זוהר פון ערכים, און אנדערע "תורה ומדע" חברה וואס די סייענטיפישער וועלט איז ביי זיי ארויפגעקוקט באופן גזירה הוא ואין להרהר, זיי זענען מסביר אז די טעאריע איז נישט מוכרח תורה'דיג און אויך נישט סותר די תורה עס איז בלויז א נוטראלער טעאריע וואס האט מיטן תורה קיין שייכות מטוב עד רע, אויך גדולי תורה ווי די מהר"ץ חיות, דער נצי"ב, ר' גדליה נדל – מגדולי תלמידי החזון איש, האלטן אז תורה איז קיין סתירה צו עוואלוציע, מאנכע זאגן אז אין ספר תכלת מרדכי להמהרש"ם מברעזאן אנפאנג פרשת בראשית זעהט מען אזוי. און ס'דא וואס טענה'ען גאר אז די טעאריע איז ממש די תורה'דיגער וועג וויאזוי חז"ל האבן דאס פארשטאנען, אזש ס'געווען גאר חוקרים וואס האבן נישט געוואלט אננעמען די טעאריע פון עוואלוציע ווייל 'עס קוקט אויס צו שטארק ווי גאט'... ווי ראבערט דשעסטראו -א אידישער אסטראפיזיקער און שטארקער אדעפט פון די דארווין טעאריע- שרייבט, אז די ערפינדער פון עוואלוציע זענען ווי א גרופע בארג-קריכער וואס האבן זיך ארויסגעלאזט אויף אן עקספעדיציע צו זיין די ערשטע גרופע ארויפקריכן די וועלטס העכסטער קליף (cliff), אנגעפאנצערט מיט העק און שטריק האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אויפן journey, נאך צענדליגע שווערע יארן פון קריכן און פאלן, זיך דראפען און מוטשען, קומען זיי ענדליך אן צום שפיץ, פארסאפעטערהייט, קוים מיטן אטעם גייען זיי די לעצטע טריט, אנקומענדיג אויבן ענטפאנגט זיי א גרופע אידישע רבנים און פרעגן זיי: "וואס האט אייך גענומען אזוי לאנג?...".
דריי שאלות בלייבן שווער לויט די אידישע עוואלוציע-גלויבערס:
1) וויאזוי קען זיין אז מ'טרעפט פאססילס און סקעלעטן וואס זענען לויט די לאבארטאריעס מיליאנען יארן אלט בעת וואס לויט די תורה איז די יקום נישט עלטער ווי 5776 יאר? אויף דעם איז דא פילע הסברים,
1- עס ווערט מבואר אין ספרים הק' אז די ששת ימי הבריאה זענען געווען 6 תקופות וואס איז נישט קלאר ווי לאנג יעדער תקופה האט זיך פארצויגן,
2- הרב דעסלער ברענגט א גר"א אז צייט איז געווארן צאמגעצויגן נאך די חטא פון עץ הדעת, ענליכס שרייבט ר' שמעון שוואב,
3- לויט איינשטיינס טעאריע פון רעלאטיוויטעט קומט אויס אז אנפאנג פון די בריאה ווען גראוויטי איז געווען פיל שטערקער ווי היינט איז צייט אויטאמאטיש געווען פיל לענגער, ווי פראפעסאר דזשעראלד שראוידער האט געמאכט די קאלקולאציע אז 15 ביליאן יאר פון היינטיגע טעג איז ווי 6 טעג אנפאנג פון די בריאה,
4- די מבול האט פארעלטערט די וועלט מיט מיליאנען יארן פונקט ווי א מענטש וואס גייט דורך א שוועריגקייט ווערט פארעלטערט,
5- דער תפארת ישראל אין דרוש אור החיים [געדרוקט אין משניות נאך מסכת סנהדרין] שרייבט אז דאס וואס שטייט 'הקב"ה היה בונה עולמות ומחריבן' איז געווען פיזישע layers אויף דעם פלאנעט וואס מיר וואוינען דערויף און די געפינסן זענען טאקע אזוי אלט, נאר פון א פריערדיגע וועלט, (דער מנחת אלעזר אין די תשובות (חלק א סימן סד) איז זייער ברוגז אויף דעם תפארת ישראל און שרייבט אז דאס איז ממש כפירה, אזוי אויך דער ליובאוויטשער רבי (אגרות קודש חלק טו) און ר' אביגדור מילער (ספר רננו צדיקים ועוד))
6- פונקט ווי ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן א חשבון אז אויב א 15 יעריגער מענטש וואקסט בערך א אינטש א יאר קומט דאך אויס אז א 50 אינטשיגער מענטש איז לויטן חשבון 50 יאר אלט, ווייל א מענטש אנטוויקלט זיך אין די ערשטע יארן פון זיין לעבן אויף פיל א שנעלערן טעמפא ווי שפעטער, אזוי אנטוויקלט זיך די וועלט היינט שטייטער ווי אמאל און די אלע חשבונות זענען לויט די היינטיגע שנעלקייט וואס איז נישט אקוראט.
די צווייטע שאלה איז שווער אויך שכל'דיג, וויאזוי קען אזא שיינע מסודר'דיגע וועלט באשאפן ווערן פון ספאנטאנע מישונגען און אומאויסגערעכנטע געשעענישן? אויף דעם איז נישטא קיין צופרידנשטעלנדע תירוץ ווי דזשאן פעלקינגהארן – א פיזיקער אין קעמבריזש יוניווערסיטי שרייבט: "נאכן שטודירן די בריאה זעה איך אז דאס איז נישט געשעהן, דאס האט מען געטוהן". און דארווין אליינס שרייבט: "הגם ס'איז מיר שווער צו גלייבן אין א גאט, איז מיר אפטמאל שווערער צו גלייבן אז קיינער שטייט נישט אונטער די בריאה". אויך פרענסיס קריק – נאבעל פרייז געווינער פארן אנטדעקן די געבוי פון DNA זאגט אז נאכן שטודירן ביאלאגיע איז אוממעגליך צו גלויבן אז דאס איז א רעזולטאט פון ספאנטאנע טוישונגען, וויאזוי האט יענער געזאגט? דארווין האט בכלל נישט געשריבן די בוך איבער עוואלוציע, אפאר זיברעס האבן זיך צוגעזעצט צו א טייפרייטער און געהאקט, און נאך אזויפיל יארן פון רענדאם האקערייען איז ארויסגעקומען די בוך...
דריטנס, וואס האט געברענגט די אזויגערופענע נאטורליכע עוואלוציע? די ביג בענג, ווער האט געשאפן די אויפרייס? וואס האט אויפגעריסן? ווער האט באשאפן די ערשטע אטאם? אהההה! דער באשעפער, נו, וואס פעלט דעמאלס אויס די גאנצע עוואלוציע תורה?... ס'קומט מיר פאר ווי די אינדיאנער וואס גלייבן אז די וועלט שטייט אויף פיר גרויסע שטאנגען, אויף וואס שטייען די שטאנגען? אויף פיר גיגאנטישע עלעפאנטן, אויף וואס שטייען די עלעפאנטן? אויף א גרויסע טשעראפאכע, נו, אויף וואס שטייט די טשעראפאכע? עס שווימט אין א ריזיגער ים, אויף וואס האלט זיך דער ים?
אאאאםםםםםםםם..... ס'האלט זיך פון זיך אליין.....
און דאס זענען וואס ווערן היינט אנגערופן "דענקער"... בושות....
הדא הוא דכתיב: ואבדה חכמת 'חכמיו', ובינת 'נבוניו' תסתתר.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט