רעגירונג אין ישראל נעמט אנטייל אין דעם "למעשה" פראיעקט

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1671
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6282 מאל

רעגירונג אין ישראל נעמט אנטייל אין דעם "למעשה" פראיעקט

שליחה דורך יואב »

די רעגירונג אין ישראל האט זעט אויס אנערקענט אז בלויז דורך ארויסברענגען דעם נעגעטיוון חלק פון אחינו בני פאראזיטן וועט הלכה למעשה ברענגען נוצן פאר קיינעם וקיינעם בכלל. דער אלגעמיינער המון טוט נאכאנאנד שימפן און שעלטן איבער דעם זינלאזן הפקירות וואס שפרודלט מיט סוקסעס אונטער דעם נאמען פון תורה און שלאגט מיט אן עזות פרישע גרעניצן אויף א פארנעם וואס האט פשוט נישט קיין זין ס'זאל מעגן פארדינען פולקאמע טאלעראנץ אונטער די פרינציפן פון דעמאקראטיע. 

די קדשי קדשים פון דער בריאה מאידך גיסא, די חרדים וועלכע האבן שוין עקספערמאנטירט אויף דער אייגענער האנט אלצדינג וואס בטלן די צייט איז ביכולת צו ברענגען פאר זיך, פאר דעם לאנד און פאר גאנץ כלל ישראל, בעפארצוגען ווייטער צו זיצן אין זייערע געצוימטע ד' אמות  אנטשלאסן מיט א פרימיטיוו-איגנאראנטער אומבויגזאמקייט צו איגנארירן באגודה אדער דוקא נישט "באגודה" אחת דאס פיינפולע מציאות וואס פראסקעט מיט א ציפעדיגער קראפט אזש אין זייער אייגענעם עקשנות-באגאסענעם פרצוף. מערערע פריוון פון דער רעגירונג איינצושטעלן זאכליכע חוקים אנגעבליך צו קענען העלפן צו אינפארסירן די פליכטן פון יעדן בירגער און פארזיכערן א סטאביל לעבן פאר מענטשן וואס פראבירן צו אפהאלטן דעם עבר פון אנטלויפן, ווערן אין בעסטן פאל געזען ווי ביטערע גזירות צו וואס קאנטער-רעאקציעס קענען מאנכעמאל זיך ענדיגן זייער אגרעסיוו צו זאגאר פאטאל. והצד השווה שבהן אז יעדער אין דער מדינה, איש איש תחת דגלו ולבית אבותם בלייבט גערעכט מיט פראצענטן אבער ביטערליך צו שוידערליך באקאקט.

דער דערציאונג-מיניסטעריום טוט איצט פארשטעלן אן עדוקעישאן-פראגראם דעזיגנירט הויפטזעכליך פאר דער אלטרא-ארטעדאקסישער יוגנט, און ווי אויך וועלן קענען געניסן דערפון סתם יחידים וועלכע האבן פארפעלט צו באקומען דעם דורכשניטליכן קאריקולום וואס ווערט געלערנט אין די אלגעמיינע ישראלישע חינוך-אנשטאלטן. די צוויי יעריגע פראגראם וועט צוגעשטעלט ווערן פאר יוגנטליכע אינעם יארגאנג פון 17 ביז 20, און דאס וועט זיי האפנטליך ערמעגליכן צו נעמען מאטורע עקזאמען, גיין אין קאלעדש ואחרון חביב זיך אריינדרייען אין דער ארבעטס וועלט.

קלאסן פאר דער דאזיגער פראגראם וועט ווערן אפגעהאלטן דריי מאל דורכאויס דער וואך, און בכדי נישט צו שטערן די לימודי קודש וועט דאס פארקומען דוקא אין די שפעטערע נאכמיטאג שעות. חרדים אין דער דאזיגער פראגראם וועלן דערלויבט ווערן צו לערנען לימודים וועלכע אנבאלאנגט אידישקייט ווי איידער דאס שטודירן ליטעראטור, און די פארלאנגען וועלכע זיי וועלן דארפן נאכקומען וועט מיט פארשטענדעניש זיין אויף א מער-לייכטערן סטאנדארט ווי פון דאס וואס ווערט  אויפגעפאדערט אין די ארטיגע אלגעמיינע שולעס.

די פראגראם וועלכע וועט זיין גענצליך בחינם וועט זיך אנהייבן דעם קומענדיגן מערץ בשעה טובה ומוצלחת מיט אזויפיל ווי פינף הונדערט תלמידים וועלכע זענען שטארק מאטאוויזירט צו לערנען, און ווילן ווייטער אנגיין מיט זייערע למודי קודש אבער אונטער א מער פארמאלן חינוך. ס'וועט זיך אין לויף פון א קורצער צייט אויסברייטערן סיי אין מספר, ווי אזוי אויך פאר אפילו אזאנע מעשרים ולמעלה אויב וועט זיין א פארלאנג ועידוד הרבנים דערפאר.

קעגענער פון דעם פלאן ארגומענטירן אז דאס וועט ברענגען מענטשן צו קלערן אז צוויי יאר לערנען בקיאות איז אין אומשטאנד צו ערזעצן צוועלף יאר לערנען בעיון רב. למעשה טענה'ן שטיצער פון דעם געדאנק אז אין הכי נמי, און ווי געזאגט שוין אויבן זענען אויך ענק פון צווישן די וועלכע זענען "גערעכט." אבער וואס אין דעם גיהנום זאל מען נישט טאן צו זען דעם עם נבון וחכם די חרדים לדבר ה' אין דער עולם העבודה איינמאל פאר אלעמאל.

דער מיניסטעריום פארשפרעכט אז די מלמדים וועלן זיך אומגיין באזונדער סענסיטיוו צו דער לעבנסשטייגער און געברויכן פון די חרדים.

די דאזיגע פראגראם איז בלויז נאך אן איניצאטיוו פון צווישן א רייע אונטערנעמונגען פון דעם דערציאונג-מיניסטעריום דעזיגנירט צו קענען לינדערן דאס חשכות פון דעם איצטיגן מצב הפרנסה בתוך היהדות החרדית, וילמדו תועים בינה ובשם ה' נעשה ונצליח. 
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר