עלעגיע אויפן חזון איש - חיים גראדה

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1840
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2314 מאל

עלעגיע אויפן חזון איש - חיים גראדה

שליחה דורך גראדעמעכעלע »

דער קינה האט געשריבן חיים גראדה איינע פון די גרעסטע אידישע שרייבער, ער איז געווען א תלמיד פונעם חזון איש זצ''ל לערנענדיג בחברותא מיט אים זיבן יאר, דערנאך איז ער אראפ פונעם אידישן וועג, ער איז אבער אייביג געבליבן מיט א פונק אין הארץ צום חזוא אין ווען ער איז נפטר געווארן האט ער אפגעשריבן דער קינה אויף זיין רבי,

עלעגיע אויפן חזו''א

אבי אבי ישראל'ס רייטוואגן און רייטער
ער איז פארשווינדן אין א רייטוואגן פון שטראלן
נאר אין די טרערן מיינע וועט ער ברענען ווייטער
כאטש ניט אויף מיר האט ער געלאזט זיין מאנטל פאלן

איך האב אמאל אויף זיינע הענט געגאסן וואסער
און איצט פארגיס איך טרערן אויף זיין טויט אן אויפהער
דער העלזעער האט ניט געווארט אויף דער מבשר
ביז ער וועט אנזאגן די גאולה מיט זיין שופר

געגליכן צי א פויגל מיט געשפאנטע פליגל
וואס טראגט זיך נידריג איבער שטילע שטראמען
ביז אומגעריכט צוקריצעלט זיך דער זילבער שפיגל
און פאלט ארינטער פון בארג אין די תהומ'ן
דערלאנגט א שאס דער פויגל ווי א פייל פון בויגן
אריבער וואסער ווענט און אפגרינד און פעלזן
אזוי האט אויך דער חזון איש געבענטשט מיט העלזעען
פאראויסגעזען דער בראך איז ער אוועק באצייטענס
און אויפגעשטעלט דעם סוכת דוד הנופלת
איך האב געהערט זיין נאמען קלינגען פון דערווייטנעס
ווי איינער הערט אין זיין חלום געטליכע קאפעלעס

איך ווייס איך האב מיין רבי'ן אנגעטון יסורים
ווייל איך האב ניט אין הויז פון גאט געוואלט פארבלייבן
אין עס איז מיין שטראף געווען א וואלקן בראך א שטורעם
וואס האט מיך נע ונעד ווי שטויב גענימן טרייבן

וועלט איין וועלט אויס האט מיך דער שטורעם אנגעטריבן
און מיך צוריקגעבראכט אין לאנד פון מיינע קברים
אז איך זאל זען ווי פין מיין היימשטאט איז געבליבן
דער נאמען ווילנא בלויז געדריקט אויף אלטע ספרים

נהי ובכי ירושלים פין דער ליטע
איך האב אריינגעקוקט אין שטיבל פין מיין רבי'ן
און מיינע זיבן יארן די יארן פין א שמיטה
וואס איך האב אים באדינט אין די פרילינג פין מיין לעבן


האב איך געוואלט דערזען א הונטער זיינע שויבן
ווי אויך ביינאכט האט ווי דער זון געשיינט זיין שמייכעל
און וואס איך האב געזען האט אפגעטויט מיין גלויבן
איך האב דערזען א קרייץ א צלם אין דער היכל

איך האב דערזען דאס אויף דער וואר ניט אין קיין חלום
זינט דעמאלטס ווייס איך ווילנא איז אויף אייביג חרוב
מיין הארץ פירט קריג מיט גאט איך ווייס ניט פין קיין שלום
ווייל גאט איז אויך ניט פאר א בית המקדש ערב

מיין רבי האט אבער אין גזר ניט ווידערשפעניגט
און זיך גענימן פין דער גזר דער שווערסטע חלק
צו זיין צו יעדע בעל יסורים אינטערטעניגט
און בענטשן יעדע ווייטאג זאל ווערן הייליג

די שטראלן זענען מיט די זון ניט מער באהאפטן
ווי זיין געדאנק געווען פארטון איז אין די הימלען
דאך האט דער עלנד פון דעם מערדעריש באשטראפטן
אים ניט געלאזט ביינאכט אויף זיין געלעגר דרימלן

איר פליטים ביי די ברעגעס ביי די בוגע
און איר אנטלאפענע פון גלות מאראקא
דער רבי איז געווען אין טרייסטן אייך א חריף
דער רבי איז געווען אין אייער נויט א בקי

יתומות פון דער ליטע און פון מדבר תימן
באוויינט זיין קבר אויף דער ערד פון זכרון מאיר
דער רבי האט געשיקט אייער בענטש ליכט אין די היימען
דער רבי האט אייך באדעקט מיט א כלה שלייער

אויך איך וועל וויינען ווי א יתום הייס און ביטער
א קדיש יתום אויסקלאגן נאך מיינע יארן
מיין אומרו איז געוואקסן ביז צו א געוויטער
און איך וואלט אין געוויטער יעדע וועג פארלארן

האב איך געזען זיין מילך וועג איבער מיר פארבייגיין
און פון דער נאנט זיבן יאר געזען אים
ער איז אויף מיר געשטאנען הייליג אין זיין שווייגן
און מיט זיין שווייגן אין מיר אינגעשטילט דעם גיהנם


איך האב געזען אים שטיין פארדביק'סט ביי זיין שטענדר
אזויווי ער וואלט ביים סיני בארג געשטאנען
און אויך אינעם ציגעזאגט לאנד פון אלע לענדער
האט ער געזוכט א מדבר ווי עס איז גאט פארהאנען

און ווי דער נביא ביי זיין שלאכט מיט פרעמדע געטער
איז ביי דעם כרמל בארג צינופגעדרייט געלעגן
זיין שאטן ליגט נאך דארט און ביי זיין תפילה בעט ער
זיין אויסגעברענט ערד זאל זיין געבענטשט מיט רעגן

אזוי אויך דער חוזה פון א ליטוויש שטעטל
געלעגן קראנק אין ארעם אין א בעט פון אייזן
פארביי געגאנגן איז דער וועלט פאר זיין בעטל
אין פארכטיג אים געבעטן ער זאל ווינדער ווייזן

זיין נאקעט בעטל זיין מזבח זיין עקדה
ווי ער איז מיט א גמרא אויפן הארץ געשלאפן
מיר זיינען אין וואלד שטיבל געשלאפן ביידע
ביז איך בין אין דער וועלט פון וואלד שטיבל אנטלאפן

זיין נאקעט בעטל אין זיין לייב אויף דער מזבח
אין טלית אין תפילין אנגעטון ער האט עס
ווי ווייט איך בין ניט אין דער וועלט אנטלאפן
גיי איך ווייטער ביים שיין פון זיין רחמנות

ער איז געווען פין זיין געבוירן טאג א מלאך
וואס האט פארבארגן זיינע פליגל צווישן מענטשן
מיט דער אפשיין פין זיין גרויסע ליבשאפט שטראל איך
כאטש ער האט ניט געוואלט מיין וועג אין לעבן בענטשן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום גראדעמעכעלע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 65 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר