חילוקים פון אמעריקע ביז ארץ ישראל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

חילוקים פון אמעריקע ביז ארץ ישראל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עס איז היינט-צו-טאגס א קליינער וועלט, פליען קיין ארץ ישראל איז גרינגער ווי פארצייטענס צום דערנעבנדיגן שטעטל. און כסדר טרעפן מיר זיך אן מיט אחינו, בני ארץ הקודש, וועלכע קומען צו די פאראייניגטע שטאטן צוליב הכנסת כלה אדער צו א שמחה, און ווי אויך פארקערט, אן א שיעור חוץ לארצ'דיגע אידן טרעפן זיך אין ארץ הקודש צי לכבוד א שמחה, א יו"ט, צו א רבי'ן, א באבא, מקומות הקדושים ווי מירון, היילונגס בעדער ווי חמי טבריא און ים המלח, א.א.וו. עד כדי כך אז מיר זענען גאר נאנט געווארן איינער מיטן צווייטן, עס שפירט זיך ממש ווי אחינו אתה, מיר זענען ממש ווי 2 ברודער אן קיין אונטערשיד.

אבער באמת, איז עס בכלל נישט אזוי. זייענדיג פון צייט צו צייט אין א"י, קומט מיר אויס צו זעהן וויפיל חילוקים און דיפערענצן עס זענען פאראן צווישן די 2 לענדער, אונז און זיי. כאטש יעדע לאנד אין דער וועלט האט זיך איר קולטור און מנהגי המקום; אבער וויבאלד מען רעדט דא פון היימישע אידן וועלכע קוקן אויס בחיצוניות גאר ענליך, איז שטארקער בולט ווי אנדערש דאס לעבן לעבט זיך אין ארץ ישראל.

איך האב מיר אראפגעשריבן די חילוקים וואס איז מיר געקומען אויפן געדאנק, און עס האט זיך היבש לאנג פארצויגן... עס זענען מסתמא פאראן נאך מער, און כמובן איר קענט אויך גערן צולייגן אייערע הוספות. צו וואס שרייב איך עס? א גוטע קשיא. פאר מיר פערזענליך איז עס גאר אינטרעסאנט, פאר סאם ריעזאן דערמאנט עס מיר אסאך געשמאקע איבערלעבענישן פון די טריפס אהין, און מעגליך פאר אנדערע איז עס אויך אינטרעסאנט, סיי פאר די דאזיגע וועלכע זענען שוין געווען דארט און אודאי פאר די וועלכע נישט. עס גיט אן מערקווירדיגן בליק פאר די מדינה'לע איבערן אטלאנטיק און ים התיכון, א פערטל וועלט אוועק פון אונז אין אמעריקע – קנאפע 6,000 מייל...

מנהגי ישראל


איך וועל אנהייבן מיט די אידישקייט זאכן, און נאכדעם גיין צו די לאנד ווירטשאפט. עס זענען פאראן אסאך פראקציעס פון חסיד'ישע אידן אין ירושלים, און אזויפיל סארטן לבושים. פון די געשטרייפטע קאפטענעס מיט די ווייסע יארמולקעס ביי די ר' אהר'אלאך, מיט די בחורים וועלכע גייען שטריימלאך שבת, ביז די ברעסלאווע בחורים מיט די גרויסע קנעפל-גארטלען אויף דעם רעקל, און אלעס אינדערצווישן, יעדער סארט לבוש, אפגעזעהן ווי מאדנע עס זעהט אונז אויס, האט א פלאץ אין דעם מערקווירדיגן ארץ ישראל. יעדער קען גיין ווי אזוי ער וויל ואין פוצה פה ומצפצף, קיינער קוקט נישט און אינטרעסירט נישט. ס'א סארט קיבוץ גלויות, ווי יעדע שיכט און קרייז מכל המינים און מיני מסורות טרעפן דארטן א פאסיג מקום, פון די ברייטסטע הוטן ("קאפעלוטשן") ביז די מזרחי כיפה-סרוגה קאפעלעך. יעדער שפירט זיך היימיש, סיי ביי מענער און סיי פרויען, פון די חסידות ווי מען גייט מיט די אייגענע האר ביז די כת ה'שאלים.

ביים דאווענען זענען פאראן א געוואלד זאכן אנדערש. ביי מעריב זאגט מען נישט ברוך ה' לעולם, נאך מעריב פאר עלינו זאגט מען שיר המעלות, פאר יעדן עלינו לשבח זאגט מען ברכו, מען דוכנ'ט יעדן טאג און מען זאגט קיינמאל נישט דעם רבש"ע (אויך נישט יו"ט). ביי מערערע מקומות גייט מען הגבה "בעפאר" קריאת התורה. ותן טל ומטר הייבט מען אן מער אנהייב ווינטער. יו"ט שני של גלויות עקסזיטירט נישט דארט בכלל. פרייטיג צו נאכטס דאווענען אסאך אריגינעלע ירושלימ'ער מיט טליתים.

הגם מען קען נישט זאגן קיין כלל דערין, איז אבער קלאר אז דער דאווענען, און בכלל דער גאנצער אידישקייט לעוועל, איז העכער, ווארימער און ערנסטער ווי אין אמעריקע. א דאווענען פון א פשוט'ן בחור'ל קען צונעמען דאס הארץ. צי איז עס אין א ביהמ"ד, ביים כותל, אין מירון, קברי צדיקים, קבר רחל. א יו"ט האט א העכערן באדייט ווי דא, מען שפירט אביסל מער דעם אלול ווי ביי אונז, שמחת בית השואבה זענען די גאסן פול מיט מוזיק עס לעבט זיך עס טאנצט זיך, ווי אויך פורים, ווער רעדט נאך פון ל"ג בעומר. כמה פעמים בין איך אדורכגעפארן זיכערהייטס וואך-פונקטן ווי די חייל חברה שטייט מיט אויסגעשטרעקטע וואפן און אונטערזוכן יעדן קאר, און צו מיין שטוינונג געזען ווי טייל מיליטער לייט שטייען אין דער זייט און שאקלען זיך, דאווענען מיט א מאס תמימות און ערנסטקייט וואס איך קען זיך נאר וואונטשן.. א צווייטע מאל בין איך געווען אין א געשעפט נאכמיטאג אויף גאולה, און אויף אמאל זעה איך ווי 2 מיידלעך וואס האלטן אינמיטן "שאפינג" אין א געפאקטע געשעפט פול מיט מענטשן נעמען ארויס א סידור'ל פון זייער פאקעט-בוק, און גייען צו א ווינקל פונעם געשעפט און נעמען זיך דאווענען מנחה מיט א מתינות און כוונה, ווי כאילו די וועלט איז געשטארבן, ס'איז נאר זיי מיטן רבש"ע... איך בין ארויס פון התפעלות.
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 68 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר