ר' יונה לאנדא: ביים רבי'ן זי"ע האט מען געלערנט ענגליש כדבעי

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
אניהקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

ר' יונה לאנדא: ביים רבי'ן זי"ע האט מען געלערנט ענגליש כדבעי

שליחה דורך אניהקטן »

בס"ד

אויף קול מבשר איז געווען א שמועס מיט ר' יונה לאנדא, האט ער פארציילט אז ווען ער איז געווען א יונגל אין סאטמאר האט דער רבי זי"ע איינגעפירט אז מען זאל לערנען צוויי און א האלב שעה ענגליש אין סאטמאר! שפּעטער האבן די קנאים פארפירט האט מען עס געשניטן צו צוויי שעה.

ר' יונה האט פארציילט אז זיי האבן אפילו געלערנט דזשיאגראפי, דזשיאמעטרי, און פארשטייט זיך מעט און דאס אלעס איז געווען מיט דעם רבי'נס הסכמה!

ער האט פארציילט אז ס'איז געווען אן אמעריקאנער רב וואס האט געלאכט פון סאטמארער רבי'ן און געזאגט אז ער וועט קיינמאל נישט מצליח זיין אין אמעריקע. ווי נאר ער האט געהערט אז דער רבי האט איינגעשטעלט אן ענגלישן פּראגראם אין סאטמאר האט ער זיך אנגערופן, "יא, דער רבי איז בייגעקומען אמעריקע."

וואספארא בושה און חרפה איז עס אז היינט אין די איינע שעה וואס מען לערנט נאך היינט אפיציעל ענגליש זיצן מלמדים, וואס קענען נישט קיין ענגליש, און פארציילן סיפורי צדיקים פאר די קינדער, און דאס איז ביי די אהרונים. ביי די בני יואל און דער פרומער חלק פון די זאליס לערנט מען אפילו דאס אויך נישט.

סיפורי צדיקים? ביי לאנטש, ביי ריסעס, אדער בין גברא לגברא. זייער חשוב. וואס איז די חוצפּה אז מען האלט זיך פרומער פונעם רבי'ן זי"ע און מען נעמט אוועק פון אונזערע קינדער די איינציגסטע טשענס וואס זיי האבן נאך יא זיך צו לערנען די שפּראך וואס זיי וועלן דארפן קענען כדי צו קענען ארבעטן און ברענגען פרנסה אין שטוב? דורכ'ן נישט געבן פאר די קינדער א טשענס לערנט מען זיי צו לעבן אויפ'ן חשבון פון אנקל סעם און שלעפּן פּראגראמען פון די גאווערמענט דורך אלע סארט דריידלעך און שטיקלעך. זענען אונזערע חז"ל נישט גערעכט געווען, ווען זיי האבן אונז געלערנט כל שאינו מלמד את בנו אומנות, מלמדו ליסטות?

ווי פרעך און געמיין איז דער בלאט מיט'ן חוזק מאכן פון די ביסל ענגליש וואס מען לערנט (אויב דאס יא). פארוואס דארף מען שוין קענען ענגליש, פרעגט דער בלאט, צו קענען שנארן פ"ס פון די גאווערמענט? פארדעם איז גענוג דער מינימום שבמינימום! יא, אן קיין שום בושה האט דער בלאט ארויסגעשריבן דעם ביטערן מצב וואס ס'גייט פאר ביי אונז.

רבותי, וועקט אייך אויף, די גאווערמענט וועקט זיך אויף און זעט וואס ס'גייט פאר ביי אונז. ס'קומען מסירות דורך אזעלכע וואס זענען געגאנגען אף די דרך, די צייטונגען האבן שוין געדרוקט אפאר ארטיקלען אז מען לערנט נישט אונזערע קינדער גארנישט. ס'איז א שאלה פון צייט פאר די גאווערמענט וועט זיך אריינמישן אין אונזער חינוך און אנפאנגען איינטיילן וואס צו טאן. איז פארוואס זאלן מיר נישט כאפּן די רפואה פאר די מכה? לאמיר נישט זיין קלוגער פונעם הייליגן רבי'ן זי"ע. אויב פאר אים איז עס געווען גוט, דאן איז עס פאר אונזערע קינדער אויך גוט.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר