petergrifin האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס די גאנצע וועלט נעמט זיך נישט צוזאם און גייט אריין אין מלחמה מיט אייסיס עד חרמה. קען זיין מען איז
צו פארדומט מיט שטותים אז די רוב לענדער געבן נישט צו קיין סאך. מען דארף אויף וועקן עשיו'ס כוחות זאל ער גיין שחט'ן די סקאם.
petergrifin האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס די גאנצע וועלט נעמט זיך נישט צוזאם און גייט אריין אין מלחמה מיט אייסיס עד חרמה. קען זיין מען איז
צו פארדומט מיט שטותים אז די רוב לענדער געבן נישט צו קיין סאך. מען דארף אויף וועקן עשיו'ס כוחות זאל ער גיין שחט'ן די סקאם.
chusid האט געשריבן:איך טראכט פון א מאראלישע שטאנדפונקט צו יאפאן זאל זיי אויסלייזן, קען מען לאזן צוויי אומשילדיגע מענטשן ווערן בוודאי געשאכטן וועגן לעגעטימע פאלאסיס? אויבן אויף וואלט איך געזאגט אז די "גערעכטע" זאך איז זיי אויסלייזן. עגרי?
שמעקעדיג האט געשריבן:עס ווערט באריכטעט אז ארום 6,000 אייסיס קעמפער זענען שוין אויסגע'הרג'עט געווארן דורכן באהאגלען זיי מיט מיסילס וכדו'.
בלייבט נאר איבער צו ואוונטשן, כן יאבדו.
דער שכן האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:עס ווערט באריכטעט אז ארום 6,000 אייסיס קעמפער זענען שוין אויסגע'הרג'עט געווארן דורכן באהאגלען זיי מיט מיסילס וכדו'.
בלייבט נאר איבער צו ואוונטשן, כן יאבדו.
אינטערעסאנט, אמעריקא איז מיט חיזבאלא אויף איין זייט שלאגענדיג אקייגן אייסיס.
עזריאל האט געשריבן:ס'איז נאר צום האפן אז זיי באקומען נישט יעצט פון אמעריקא טרעקליך און אנדערע כלי מלחמה וואס וועט שפעטער גענוצט ווערן קעגן מדינת ישראל.
בעל מדות האט געשריבן:און בכלל מאכט נישט קיין געוויסן אז זיי זאלן נוצן די געווער קעגן אמעריקא נאכדעם וואס אמעריקא און די איבריגע מערב וועלט לענדער האבן פשוט אפגעראטעוועט זייער עקזיסטענץ וואס האט געוואקלט מיטן אייסיס אויפשטייג.
געוואלדיג האט געשריבן:בעל מדות האט געשריבן:און בכלל מאכט נישט קיין געוויסן אז זיי זאלן נוצן די געווער קעגן אמעריקא נאכדעם וואס אמעריקא און די איבריגע מערב וועלט לענדער האבן פשוט אפגעראטעוועט זייער עקזיסטענץ וואס האט געוואקלט מיטן אייסיס אויפשטייג.
פונקט דאס האט אל קאידא געטוהן
בעל מדות האט געשריבן:איך מיין אז חיזבאלא איז ווייט נישט אריינגעמישט אין די פנים אל פנים שלאכטן ווערסעס אייסיס, אמעריקא שטיצט די פעשמערגא טרופן און זיי זענען די וואס קעמפפן ציין און נעגל, מענער און פרויען, זיי באקומען די וואפן און שטיצע, די פעשמערגא קעמפער זענען וואוילע אראבער (עס איז דא אזא זאך?) על כל פנים נישט פארוועם מיר דארפן פארלירן א סאקונדע שלאף. און בכלל מאכט נישט קיין געוויסן אז זיי זאלן נוצן די געווער קעגן אמעריקא נאכדעם וואס אמעריקא און די איבריגע מערב וועלט לענדער האבן פשוט אפגעראטעוועט זייער עקזיסטענץ וואס האט געוואקלט מיטן אייסיס אויפשטייג.
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט