איבער דער אידן פראגע: אמאל און היינט

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

איבער דער אידן פראגע: אמאל און היינט

שליחה דורך פלאוויוס »

איך בין א קינד צום אידישן פאלק. א קינד צו א זינדיג פאלק. מיינע אור-עלטערן אין מדבר זענען געווען אן עם קשה עורף וואס האבן נישט געפאלגט גאט, אבער דאס האט זיי נישט אפגעהאלטן פון זיך דערקלערן ווי די אויסגעקליבענע מוזשינקעלעך פון גאט. אין נאמען פון זייער תורה האבן זיי אפגעווארפן אלע דאמינירנדע רעליגיעס פון דער צייט, ווי להבדיל די אטעאיסטן אין אונזער צייט, און אויפגעברענגט אויף זיך דעם כעס פון דער מענטשהייט. מיט בלויז טויזנט יאר שפעטער האבן זיי אפגעווארפן די לערע פון גאט'ס זון, בשעת די גאנצע סביבה האט עס אנגענומען מיט איין הארץ.

איין הארץ האט די מענטשהייט, נאר מיין פאלק האט נישט קיין הארץ. קריסטוס'ן האבן מיינע עלטערן געהאנגען, ווי גלייך ער וואלט געווען א פארברעכער, און דאס פארגאסענע בלוט פון גאט ליגט אויף די פינגער פון מיין פאלק. דער ליבער סט. אויגוסטין, דער גרויסער און ערווירדיגער קירכען-פאטער, ערקלערט אין זיינע שריפטן אז אידן זענען געבליבן אויף דער וועלט, נאר כדי צו בלייבן אן אייביגער עדות אויף זייער נישט-אננעמען קריסטוס. "אל תהרגם פן ישכחו עמי". הרג'עט נישט די אידן, האט דער הייליגער אויגוסטין געזאגט, ווייל דעמאלט וועט מען פארגעסן אין דער תורה פון יעזוס. פונעם אנטי-קולטורעלן, זינדיגן איד, קען מען זיך ארויסלערנען וויאזוי נישט אויסצוזען. ביים צוזען זייערע ליידן, ווי זיי וואנדערן אין גלות אין אייביגקייט, וועט זיך אפילו א קינד קענען איבערצייגן אינעם אמת פון קריסט. איין הארץ האט די מענטשהייט, נאר מיין פאלק איז נישט קיין טייל פון דעם.

במשך אפאר קורצע יארן האט זיך געדאכט אז מיין פאלק וועט ענדליך אריינוואקסן אינעם מענטשליכן הארץ. געווען איז דאס ווען דער ליבעראליזם און דער קאפיטאליזם האבן אנגעהויבן בלאזן אין אייראפע, און מיין פאלק האט דערין געזען די גלאקן פון משיח. אין די בראשית יארן פון אט די אידעאלאגיעס איז מיין פאלק נאך געווען הייליגער פון אירע ערפינדער, און זיי האבן זיך איבערגעגעבן מיט'ן לייב און לעבן פאר די, ווי אויך פאר נאך אנדערע אידעאלאגיעס. געווען איז דאס אבער, ווי מיר ווייסן, נישט צוליב ליבשאפט צו דער וועלט, נאר צוליב דעם עגאאיסטישן רייץ נאך דעם אפגאט וואס רופט זיך "ממון", ווי קארל מארקס פארזיכערט אונז אין זיין עסיי "איבער דער יודן-פראגע". קיין אנדערן גאט האבן די אידן קיינמאל נישט באמת געדינט, ווייל זיי זענען די סאמע פארקערפערונג פון אנטי-גאטהייט, אטעאיזם און מאראלישער קארופציע. דאס אידישע פאלק האט קיינמאל נישט געהאט דאס זעלבע הארץ ווי די מענטשהייט.

מיין פאלק האט פרובירט אנטיילצונעמען אין דער וויסנשאפט און קונסט וואס האט זיך אנטוויקלט צווישן די קינדער פונעם מענטש, אבער אין דער צייט פון מיינע זיידעס איז עס גארנישט געווען קיין סוד אז דאס אלעס טוט מיין פאלק נאר מיט א באהאלטענעם ציל, כדי אונטערצוברענגען די אלטע מאראלישע וועלט און די עקזיסטירנדע ארדענונג, מיט דעם עווענטועלן ציל איבערצונעמען די מאכט איבער דער גארער וועלט. וואס קען שוין זיין מער אנטי-קולטורעל ווי די אידישע קונסט אין דער מאדערנער צייט? ס'האט אויסגעפעלט אז ס'זאל קומען אזא ריז ווי וואגנער, וואס זאל אומשטאנד זיין אויסצוראטן די אידישע חלאת פון דער מוזיק, און ארויסגעבן זיין הערליכע "וואלקיריע", וואס איז אי פאגאניש, אי אייראפעיש, און די אפדרוקן פונעם איד האבן אין איר נישט קיין מקום.

קיין סאך יארן זענען זיך נאך פון דעמאלט נישט פארלאפן, בסך הכל זיבעציג יאר, אבער מיין פאלק האט שוין פארכאפט אריינצוגיין אין א נייעם אנטי-קולטורעלן טרענד. קומענדיג פון די חורבות פון אייראפע, האבן זיי אריינגעשטורעמט אין א לאנד וואס האט געהערט צו אן אנדער פאלק. דאס פאלק וואס האט דארט געוואוינט זענען געווען די איינגעבוירענע פונעם לאנד במשך טויזנטער און טויזנטער יארן, אדער ווייניגסטנס אפאר הונדערט יאר, און די אידן האבן פראדוצירט א מיטאס ווי גלייך דאס איז א "לאנד אן קיין פאלק", און דערפאר דארף עס איבערגיין צו די הענט פונעם "פאלק אן קיין לאנד". דאס לאנד האט יא געהאט א פאלק, כאטש זיי האבן זיך אפשר נישט באטראכט ווי א פאלק ביז צום אנקום פון די אידן. בכל אופן, די אידן זענען אהין אנגעקומען און באגאנגען פארברעכנס וואס די וועלט האט קיינמאל פריער נישט געזען.

די האלאקוסט למשל איז א שפיי קעגן דעם וואס די אידן האבן אויסגעפירט אין 48'. ווידער דאס וואס די פאלעסטינער מוסולמענער האבן ארויסגעטריבן צענדליגער טויזנטער פאלעסטינער קריסטן פון זייערע היימען אין די שפעטערע יארן איז קודם כל א אידישער מיטאס וואס איז געצילט צו פארשווארצן דאס פנים פון די פאלעסטינער, צווייטנס קומט דאס נישט צו צו די מיליאנען וואס די אידן האבן פארטריבן, דריטנס איז עס בכלל נישט קיין נפקא-מינה צו אונזער שמועס.

דער מופטי פון ירושלים, זאל אים גאט אודאי באצאלן פאר זיינע מעשים בכפל כפליים, איז געווען דאס שפיגעלע פון דער מענטשהייט, דער רוקן פון די אומגליקליכע פאלעסטינער, און ער האט זיך עס געשטעלט מיט זיין גאנצער שטארקייט קעגן דעם אנטי-קולטורעלן פאלק, דורכ'ן אפפליען קיין דייטשלאנד צו היטלער (אגב, א מענטש וואס איז געקומען אויף דער וועלט בלויז צו באשיצן די אייראפעער פונעם שעדליכן איינפלוס פונעם אינטערנאציאנאלן איד). וואס זיי האבן גערעדט און געשמועסט צווישן פיר אויגן איז באמת נישט קיין נפקא-מינה צו אונזער ענין, ס'איז בלויז נאך א פרט אין דער מלחמה פון דער מענטשהייט קעגן דער סאמע אנטי-מענטשהייט.

נו גוט, די אידישע מאניפולאציע מאשין האט טאקע באוואויגן די פרייע וועלט צו שטיצן זייער פלאן פון אויפבויען א מדינה, אבער די פרייע וועלט האט קיינמאל נישט גערעדט וועגן פארטרייבן פאלעסטינער, און אויסערדעם האבן זיי געהאנדלט בלויז אונטערן שווערן דרוק פונעם איד. ווילט איר אפשר פארשטיין היתכן אז די אידישע מאניפולאציע מאשין האט נישט געארבעט בשעת דעם דייטשן האלאקוסט קעגן דעם אידישן פאלק, כדי אפצוראטעווען זייערע אייגענע קינדער פון אומגליק? פריער וואלט איר אבער געדארפט איבערווייזן אז דער האלאקאסט האט טאקע ווען עס איז פאסירט. אונזערע פיינט זאגן נישט בפה מלא אז ס'האט קיינמאל נישט פאסירט, נאר זיי ווייסן פשוט אז די אידן זענען אומשטאנד, מיט זייער פאליטישן אינטערנאציאנאלן כח צו פאבריצירן געשיכטעס פון איין טאג צום אנדערן, אויב דאס קען דינען סיי וועלכן ציל פון זייער אגענדע. און דאס אז די האלאקאסט האט אן אגענדע איז דאך קלאר פאר יעדן קינד: די אידישע מדינה!

פאקטיש, האט זיך דער אידישער אנטי-קולטוראליזם נאכנישט אפגעשטעלט עד עצם היום הזה. די וועלט אין וועלכער מיר לעבן היינט איז אזא וואס זארגט זיך שטענדיג פאר'ן מענטש, און וועט פאר יעדן פרייז פארקוקן פון זיך כדי צו העלפן די אונטערדרוקטע. מילא וואס ס'קומט פאר אין דער מוסולמענישער וועלט אין די לעצטע יארן איז א קלייניגקייט, און ס'קומט יעדנפאלס נישט צו צו דעם וואס קומט פאר טאג טעגליך אין פאלעסטינע. חוץ מזה, ווערן דאך יענע אויך שטארק פארדאמט פון דער היינטיגער וועלט. אזוי צי אזוי איז קלאר אז די אקופאציע פון פאלעסטינער שטחים, און די אונטערדריקונג פון די אלטע איינוואוינער וואס גייט אן אין פולסטן קראפט, איז די סאמע אנטי-טעזע צו דעם ציל פון דער הומאניסטישער אוטאפיע, און דערפאר איז קיין גרעסערער שונא פאר דער מענטשהייט נישט פארהאן ווי מיין אייגן פאלק, מיין בלוט און פלייש.

מיין אייגענער קערפער איז א זינדיגער קערפער, איינע אליין צווישן א וועלט פון צדיקים, און מיין נשמה איז פארשמירט מיט בלאטע. איך בין עס דער גאטלאזער כופר, איך בין עס דער מערדער פון גאט, אמאל און היינט, איך בין עס. נו נעמט און בינדט מיך, דא בין איך. זעט נאר די חוצפה אין מיינע אויגן, די אלטע אידישע חוצפה, און זעט דאס בלוט וואס גיסט זיך פון מיין הארץ. וואס רעד איך וועגן הארץ? ס'עקזיסטירט נישט אזוינס ביי מיין פאלק, און ס'וועט קיינמאל, קיינמאל נישט עקזיסטירן.

איר קענט שרייען פון היינט ביז מארגן אז דאס מאל איז די טענה קעגן מיין פאלק אן אמת'דיגע, ווייל איך האב קיינמאל נישט געזאגט אנדערש. איך אליין גלייב אז די אלטע טענות קעגן מיין פאלק זענען אויך געווען אמת'ע. סט. אויגוסטין איז אין מיינע אויגן א הייליגער מענטש, און איך האב איבער זיינע וידויים זיך געווייקט מיט התלהבות. קארל מארקס איז אין מיינע אויגן א משיח נישט ווייניגער ווי קריסטוס, נאר דער דור איז נישט געווען ראוי צו גאולה אין יענער צייט, און דאס פאלעסטינער פאלק האט אודאי און אודאי ממשות'דיגע באווייזן קעגן אונז. אמת, מיין פאלק האט נישט געהאט קיין ווינקל אין דער וועלט וואו אנצושפארן דעם קאפ, אבער דאס הייסט נאכנישט אז די פאלעסטינער האבן געדארפט פאר זיי עפענען א טיר. וואס האבן דען די אידן מיט פאלעסטינע? וואס א תביעה אין דער וועלט האבן זיי צו דעם שטיקל קרקע?

טייער פאלק מיינס, אלע טענות קעגן דיר זענען אמת, זיי זענען פארשריבן מיט בלוט און פייער אין דיין אייגענער געשיכטע, וואס דער נביא פון קריסטוס האט שוין פאראויסגעזען. די גאולה וואס דו האסט דיר אליין געוואלט נעמען וועט דיר גארנישט העלפן. דו וועסט וואנדערן אזוי לאנג ביז דו וועסט ווערן א טייל פון דער וועלט, גלייך מיט אלע. אזוי-ווי דייטשלאנד, רוסלאנד, סיריע... ניין, דאס לעצטע איז געווען א פליטת פה, גלייבט מיר. כאפט דעם פארברעכער! דער אייביג און אייביגער אנטי-קולטורעלער מענטשן-פיינט!

דער אשכול פארמאגט 70 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר