מיאמי - כניסה לרבנים only!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1602 מאל

מיאמי - כניסה לרבנים only!

שליחה דורך עזריאל »

די באקאנטע רביסטיווע אויסרייד פארוואס אלע רבנים אנגעהויבען ביי סאמע יונגעלייטליך-רבנים קוים און די זעכציגער מעגן פארען היות זיי זענען אלט, גייט מיר אויף די נערווען שוין יארן לאנג, און היות יעצט דא ביי מנחה מעריב זעה איך נאכאמאל די צעטיל וויל איך מיטיילען מיין ווייטאג מיט אחים לדעה חברי ק"ק ק"ש.

ווי באקאנט מיאמי איז סך הכול א סטעיט און אמעריקא, נישט קיין דאקטערס אפיס, ס'מאכט נישט בעסער פילען, די ים דארט איז נישט די ים המלך, די לופט דארט איז נישט אווירא דארץ ישראל, סך הכול רעדט מען פון ווארעמע וועטערס, מענטשן וואס גייען דא אויס פאר קעלט פארען אהין דארט איז בעסער די וועטער. די לופט דארט היילט נישט קיין עלטערע מענטשן, די ווארט צורך רפואה איז עפעס זייער נישט פאסיג אויף א סיבה אהין צוגיין, איך גלייב אויך אז קיין שום מעדיקעל אינשורענס דעקט נישט פאר אירע פאציענטען א טריפ קיין מיאמי, סך הכול גייען די רבנים אהין כאטש זיי אליין אסערען עס ווייל די וועטער איז דארט בעסער, נו פאלט זיי נישט איין אז איך יונגערמאן אדער אפילו איך בחור בין אויך אויסגעשטעלט צו די קעלט? רחמנא ליצלן אזא ליצנות וואס מ'מאכט מיט אונז ואין פוצה פה.......

זאג נאר פאפא/וויען'ע/סאטמער'ער/קאשוי רב איך יונגערמאן האלט ענדערשט אויס די קעלט ווי די?, שומו שמים אזא דיסקרימענעישאן...... פארוואס קומט זיך דיר ווארעמערע ליפט ווי פאר מיר?
וואס איז דאס סעלפישקייט? פארוואס נאר די רבי'לעך מעגן? ווייל זיי זענען אכציג מאל אייניקלעך פון די שפאלער זיידע און איך נישט? איז דא רוסלאנד? טראכטען זיי טאקע אז זיי האבן זיי royal blood? אזא חוצפה אפילו נאר אזוי צו טראכטן, ווער רעדט נאך צו שרייבן אזעלעכע קול קורא'ס

מיט מיין שכל וואלט איך ווען געזאגט אז טאקע א יונגערמאן וואס לויפט ארום אויף פרנסה און מוז זיין אידערויסען פון שטוב ער האט רוב מאל נישט קיין קאר דער מוז פארען אהין, אבער דער רב וואס און בעסטען פאל לערענט ער אביסעל אינמיטען טאג זאל נישט ארויסגיין אויפן גאס נאר זיצען אינדערהיים און לערנען וויפל ער וויל. וואס האט ער אהין צו פארען?

און לאמיר נישט פארגעסן דער רב גייט נישט אויפן גאס ער פארט סך הכול מיט קעדילעיק מיט סיטס וואס דערווארעמט אים די מחילה הקדושה, און די פינעף טריט פון דער הויז צום קאר גייט ער מיט א צען טויזענט דאלערדיגע פעלטז, נו וואס איז אים בעסער מיאמי פון דא? ווען ווערט ער קאלט ער זאל זיך דארפן ווארעמען? די איינציגסטע מאל ער שפירט די קעלט איז דאך נאר זומער ווען די עירקאנדישאן ארבעט נו וואס זיכט ער איצט און מיאמי.

אויב איינער קען דא יואל אייזדערפער זאל ער אים בעטן בשמי, ער זאל שוין אויף הערן vip check in פאר רבנים און די לופטפעלדער, זאלן זיי גיין און די פובליק טוילעטס, און אז ס'וועט זיין א בילד פון א פעלטז און די פוקליק בעסקיס איז אויך נישט געפערליך

און נאכאמאל מיאמי בכלל, מיאמי ביטש, סאוט מיאמי, נארט מיאמי, בעל הארבער, סאני איילס, אווענטורע, פאלם ביעטש, סאוט ביעטש, קיינער פון די פלעצער האט נישט ווייטעמין לופט וואס היילט קראנקע ווען יא וואלט עס מעקסי העלט פארקויפט.

דער אשכול פארמאגט 38 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר