טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך ידען » מיטוואך מערץ 21, 2012 11:06 am

יאנקל האט געשריבן:
ברוין האט געשריבן:ערענסט גערעדט. וואס גייט מען טון אויב רעגענט יענע טאג?

ס'איז מסתמא דא גרייט א נדבן אויף שירעמעס.

Lol

קען דען זיין אז פאר אזא כינוס שם שמים זאל מען פון הימל אונז באגיסן?...
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1093 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך יידל » מיטוואך מערץ 21, 2012 11:12 am

פונקט פארקערט. אויב עס רעגנט וועלן די רבנים קענען זאגן "די הימלען וויינען פאר פרייד".
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4477 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 21, 2012 11:15 am

אזוי? ס'איז נישט דא קיין דאך?
טאקע א משוגעת פון א זאל.
קאנטינענטאל האט יא דאך, און - לויט באריכטען - איטס סטילל אוועיליבעל
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8532 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך רואיק » מיטוואך מערץ 21, 2012 7:13 pm

ברוין האט געשריבן:ערענסט גערעדט. וואס גייט מען טון אויב רעגענט יענע טאג?


די עסקנים האבן ארלעדיגט אז די סיקעטס זאלן זיין גילטיג אויף סיי ועלעכע מעטץ געים (חוץ די פלעי אופס) אויב די מעמד וועט געקענסלט ווערן צוליב רעגן.
באניצער אוואטאר
רואיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 3:55 am
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך יידל » מיטוואך מערץ 21, 2012 11:33 pm

עס איז דא אזא חקירה: וואס איז די ציל פון צענזור? ממה נפשך, איז דאס וואס יענע זאגט אמת, זיי מקבל את האמת ממי שאמרו. ווידער אום זאגט יענער ליקגנט, צייג אויף אז יענער זאגט ליגנט! פארוואס פארשטאפסטו יענעם'ס מויל? דער תירוץ איז אבער אז עס איז אויך דא ליצנות. און ליצנות איז נישט אמת. עס איז אבער אויך נישט ליגנט. מען קען עס נישט אויפווייזן און נישט אפפרעגן. מיט דעם ווערט אויך פארענטפערט די סתירה וואס פיל פרעגען: דער רמב"ם פסקנ'ט אז ולא תתורו אחרי לבבכם רעכנט אריין לייענען מינות וכפירה. דער רמב"ם אליינס האט דאך דורכגעלערנט פיל ספרי מינות וכפירה? נאר די תירוץ איז - יש ויש. ס'איז דא אזוינע ספרי כפירה וואס פארציילן די א.ג. "פאקטן". דאס קען מען דאך זען צו ס'אמת צו נישט. אזוינע ספרים האט דער רמב"ם געלערנט. אבער די פראפאגאנדע ספרים - דאס גייט אריין און לא תתורו.

צום ענין: דער עולם דא טויגט זייער צו מאכן ליצנות. מ'טרייבט שפאס אויפן חשבון פון די רבנים/עסקנים/מארגני האסיפה / די ספאנסערס וכדו'. אבער לאמיך אייך אלע זאגן א קליינעם פונקט: ליצנות קען דער צווייטער צד אויך טרייבן. דאס ווייזט נישט אויף גארנישט. משא"כ סברות - דאס קען נאר זאגן דער וואס זיין צד איז מסתבר. אלזא, יענקל, ידען, רואיק, קאווע טרינקער וכו' - לאמיך הערן מיט אן ערנסקייט: פארוואס איז אינטערנעט אן פילטער נישט קיין סכנה פאר אידישקייט?
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4477 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך יאנקל » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 12:20 am

יידל האט געשריבן:עס איז דא אזא חקירה: וואס איז די ציל פון צענזור? ממה נפשך, איז דאס וואס יענע זאגט אמת, זיי מקבל את האמת ממי שאמרו. ווידער אום זאגט יענער ליקגנט, צייג אויף אז יענער זאגט ליגנט! פארוואס פארשטאפסטו יענעם'ס מויל? דער תירוץ איז אבער אז עס איז אויך דא ליצנות. און ליצנות איז נישט אמת. עס איז אבער אויך נישט ליגנט. מען קען עס נישט אויפווייזן און נישט אפפרעגן. מיט דעם ווערט אויך פארענטפערט די סתירה וואס פיל פרעגען: דער רמב"ם פסקנ'ט אז ולא תתורו אחרי לבבכם רעכנט אריין לייענען מינות וכפירה. דער רמב"ם אליינס האט דאך דורכגעלערנט פיל ספרי מינות וכפירה? נאר די תירוץ איז - יש ויש. ס'איז דא אזוינע ספרי כפירה וואס פארציילן די א.ג. "פאקטן". דאס קען מען דאך זען צו ס'אמת צו נישט. אזוינע ספרים האט דער רמב"ם געלערנט. אבער די פראפאגאנדע ספרים - דאס גייט אריין און לא תתורו.

צום ענין: דער עולם דא טויגט זייער צו מאכן ליצנות. מ'טרייבט שפאס אויפן חשבון פון די רבנים/עסקנים/מארגני האסיפה / די ספאנסערס וכדו'. אבער לאמיך אייך אלע זאגן א קליינעם פונקט: ליצנות קען דער צווייטער צד אויך טרייבן. דאס ווייזט נישט אויף גארנישט. משא"כ סברות - דאס קען נאר זאגן דער וואס זיין צד איז מסתבר. אלזא, יענקל, ידען, רואיק, קאווע טרינקער וכו' - לאמיך הערן מיט אן ערנסקייט: פארוואס איז אינטערנעט אן פילטער נישט קיין סכנה פאר אידישקייט?

קודם כל, איך האב דיר שוין געזאגט אז איך הייס נישט ״יענקל״ נאר ״יאנקל״. נעקסט טיים אז דו שרייבט ״יענקל״ איז עס כאילו דו האסט גערעדט צו א צווייטן...
צום ענין, איך קען נישט רעדן וועגן אנדערע, אבער איך קלער אז כו״ע מודה אז אינטערנעט איז א זאך וואס דארף פארמאגן פרינציפן, דער עולם איז נאר זייער סקעפטיש איבער דער אזויגערופענער ״כלל ישראל״ אסיפה. און דאס איז נישט נאר דער עולם ״דא״, נאר וואו דו גייסט איז דער עולם סקעפטיש.
איך וואלט געזאגט אז אינטערנעט אן א פילטער איז נישט נאר א סכנה פאר אידישקייט, נאר פאר מענטשליכקייט. דער פאקט איז אבער אז די רבנים גייען מיט דעם קאפ אין וואנט, און כאפן נישט אז נישט תקנות מיט סטראשונגען איז דער ענטפער, נאר ״חינוך״. און איך וועל בל״נ מאריך זיין איבער דעם אין דעם אשכול איבער דער סכנה פון אינטערנעט.
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3807 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 11:21 am

אה, יענק.... עהממ, כ'מיין *יאנקל*. עדליך הער איך שוין עפעס א זאכליך גערעדאכטס. לאמיר דאס אביסעלע צולייגן. דו ביזט מודה אז אינטערנעט אן א פילטער איז א פראבלעם. דו ביזט מודה אז מען דארף עפעס טון. דו טענה'סט נאר אז תקנות מיט סטראשענונגען איז נישט דער וועג, נאר חינוך. האב איך צו דיר צוויי פראגעס:
א. וואס מיינט חינוך? ביטער ערקלער און פארברייטער דעם נקודה.
ב. פון ווייסטו אז דער אסיפה גייט זיין צו איינשטעלן תקנות? ווי ווייט איך ליין און הער, קוקט מיר אויס א דער אסיפה גייט זיין אט דאס: מחנך זיין דעם עולם.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4477 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 11:21 am

אז יידל בעהט, אין מסרבין לגדול.
מאז ועד עתה בין איך בעד א פילטער, די מקומות וואס די פילטער בלאקירט זענען עלול אוועקצושלעפען די מענטש פון אהבת אשתו, און אהבת התורה והמצוות, וואס אין ביידע פון זיי דארף מען זיין דבוק. און אויך איז דאס א שור המועד מזיק צו זיין די פרנסה.
גראדע, די היינט נאכטיגע ליל-שישי-נאר-מענער-איווענט, איז דווקא יא לרוחו. דהיינו מומחים וועלן זיין דארט, און ווער ס'קומט אהין מרצונו קען נהנה זיין עצה ותושיה ווי אזוי צו אינסטאלירן א פילטער וכדומה. (אלץ א אן-ליין פארקויפער קומט מיר אויס צו האנדלען אסאך מיט אנדערע אינגעלייט וואס באנוצען זיך מיט די מתנה טובה, די אינטערנעט, און צוליב אומוויסענקייט ווייסען זיי פשוט נישט וויאזוי צו מתקן זיין א פילטער וואס שטערט זיי נישט די ארבעט. אסאך מאהל איז עס די בעל-הבית וואס וויל וויסען ווי אזוי צו זיין אן-טאפ פון די ארבעטער און ווייסט פשוט נישט וויאזוי). במאמר המוסגר, לויט די מודעה ווערט די איווענט צו געשטעלט דורך ארגון "לא תתורו". גאאאאאאאאאאאר א נארישע נאמען. ראוז-טעג פון די סאטמעעערע פאונדז'עלאויס איז שוין מער אן עלעגאנטע נאמען.
הער נאר ייידל טייערע. אז סקולענע רבי און רבי מתתיהו חיים רופט אן אסיפה ווייל זיי ווילען איבערגעבען א מעסעדזש לכל העם הנאספים, ווי איז שייך חוזק צו מאכן?
איך בין סך הכל מפקפק אויף די וואס זענען זיך מתיימר בשם "איחוד הקהילות", וואס איחוד ווען איחוד? אויב איז דאס איחוד הקהילות, ווער איז דא פארשטייער פון מיין קהילה? איז מיין רב הקהילה באקאנט מיט זייערע פעילות? וואס איז זייער טעלעפאון נאמבער? בנוגע וואס קען מען זיך מעלדן צו זיי? און סוף פסוק וועלעכע רב איז מנהל די פעולות האיחוד?
איך פארשטיי אז זיי ווילען מיט דעם לחץ-חברתי ארויפצווינגען אויף אונז צו אנטייל נעמען אין די אסיפה. איך וועל לכאורה מופיע זיין בהדרתי כדי קיינער זאל מיר נישט קענען נאך דעם איינרעדען ווי גרויס די התעוררת איז געווען ווען סקולענע רבי האט משמיע געווען דברות קודש, און ווען חזן קאהן האט פארגעזאגט קל מלא רחמים, און ווען אברהם יעקב פרידמאן האט באגריסט די פאלאטישען, און ווען זופניק האט זיך באוויזען מיט די ספר תורה פון צאנזע רב ועוד ועוד.
איי יודעלע, איי יודעלע, שטארק דיך שטארק דיך יודעלע.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8532 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 11:24 am

היינט נאכטיגע ליל שישי איווענט? גארניקס געהערט דערפון.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4477 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 11:32 am

אין בארא פארק, קלסבורג.
נאטיג מעידז'ער, עס הענגט פלאקטען איבעראל. און מאכנע חדרים האבן אהיימגעשיקט מודעות מיט די תשב"ר שלא טעמו טעם חטא.

בד"וו, איי טינק דעט די איידיע אוף ליל-שישי-נאר-מענער קומט פון גארמעי-גלאט. וואס האט געהאט אישי ציבור ומשמחי-לב במשך די אויפעפנונג וואך פאר בחורים וגם בתולות.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8532 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך קרעקער » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 12:32 pm

געהערט דע וואך פין א אינגערמאן
די עסקנים האבען איין עצה אנציפילען דעם סטעדיום מיט 50000 מענטשען
אויב זיי ריפען ליפא שמעלטצער זינגען
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1104
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 181 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 547 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך הדד בן בדד » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:00 pm

חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:געוואלדיגע נייעס! ברוך שמסר עולמו לשומרים. 
ווי קאפערניקוס שרייבט זענען די צוויי גדולי ישראל, הרה״ק מסקוליען שליט״א און הגאון רבי מתתיהו סאלאמאן שליט״א די פאסיגסטע אויסוואל פאר אזא כלל ישראל זאך. 
וואס שרייבער שרייבט אז יעדער נוצט שוין עניוועי פילטערס איז פשוט נישט אמת. די אסיפה וועט אי״ה ברענגען אויפמערקזאמקייט צו דעם ענין, אזוי אויך די שעדליכקייט פון אינטערנעט אויף די טעלעפאנס וכדומה. 
איבער די וואס זענען סקעפטיש איבער די באטייליגטע, איך האלט אז מוסדות התורה זאלן ארויסגעבן א באפעל אז אלע עלטערן מוזן גיין. נאר מיט אן אחדות, מיט יעדנס באטייליגונג, וועלן מיר קענען מצליח זיין. אבער באמת הער איך אז עס איז דא א פלאן אהערצוברענגען הגאון האדיר פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט״א. אויב וועט דאס טאקע אויסגעפירט ווערן וועט דאך אוודאי יעדער טאטע וועלן גיין און מיטנעמען די קינדער גרויס און קליין, צו זען דעם גדול הדור משיירי כנסת הגדולה, און עס וועט נישט זיין קיין פראבלעם אנצופילן דעם זאל. 


ר' חיים נחום וכל השאר, איך האלט א סקולענער רבי איז גאר א גרויסער צדיק, און איז אפילו א געוואלדיגער מארקעטינג טול, און איך גלייב אז זיי וועלן נישט האבן א פראבלעם אנפולן צוויי און פערציג טויזענט זיצן, און אדער אפילו צוויי און זעכציג טויזענט זיצן, אויב עס גייט נישט קאסטן געלט. עס איז אסאך פאן צו גיין צו אזא איווענט. האועווער, אויב האלטן מיר ביי אזא מצב אז מען דארף נוצן די מוסדות מיט די קינדער צו צווינגען די עלטערן צו קומען, דאן איז א ביטערע רחמנות אויף די עסקנים (נישט אז איך האב א ברעקל רחמנות אויף די זעלבסטפאבריצירטע עסקנים, נאר...) און דעמאלס איז א שאד יעדעס פעני וואס מען אינוועסטירט אין דעם (אפשר נישט, אזוי וועלן די עסקנים ביזי זיין מיט דעם און ווייניגער פייניגן אידישע קינדער).

די עסקנים וואס פירן אן דעם דאזיגן איווענט, זענען אויסן זיך גרויס צו מאכן, (אויך זייער רבין און גדול) און זענען טויזענט מייל אפגערוקט פון דעם עוורידש אינגערמאן וואס דארף עוסק זיין בישובו של עולם אויף צו ברענגען פרנסה.

אז א מוסד שיקט אהיים א צעטל וואס יעדער טאטע און מאמע מוז סיינען אז מען האט נישט קיין קאמפיוטער אינדערהיים, באלאנגען זיי אין שפיטאל אדער אין תפיסה, זיי האבן אינזין אלעס נאר נישט די חינוך פון די קינדער צו תורה און יראת שמים. עס זענען דא געוויסע מענטשן וועלכע האבן זיך געמאכט א פרנסה און א קאריערע פון האקן און פארפירן קעגן אינטערנעט, און זיי זענען פשוט ביזי זיכער מאכן אז זייער פרנסה גייט נישט אונטער.

די מענטשן זענען נישט אינטערעסירט אז מען זאל אויפהערן נוצן אינטערנעט, ווייל דאן גייען זיי ארויס פון ביזנעס, זיי ווילן מען זאל נוצן וואס מער, און דאן וועלן זיי האבן וואס מער צו טוהן און מאכן מער געלט. עס זענען דא וועגן וויאזוי מען קען באהאנדלען דעם אינטערנעט פראבלעם (און עס איז א פראבלעם) אבער דאס וואס זיי טוען איז נישט דער וועג. די זעלבע עסקנים זענען ביזי געווען פייטן קעגן פילטערס ביז א קורצע וויילע צוריק, ווייל עס וועט גורם זיין אז מען זאל נוצן דעם אינטערנעט מער, נאר יעצט ווען זיי זעען אז זיי האבן אינגאנצן פארלוירן די מערכה (אזוי ווי ערנסטע רבנים און עסקנים האבן זיי געווארנט) האבן זיי זיך מיישב געווען אז - היות זיי זענען דאך די תורה - גייען זיי אצינד אויסלערנען דעם עולם וויאזוי באנוצט מען זיך מיט דעם רק ע"פ תורה.

נאכאמאל, אינטערנעט מוז האבן א פילטער, אבער דער פילטער איז נאר גאר גאר גאר גאר א פיצי חלק פון דעם לייזונג. עס דאר אויך האבן דעם אקאונטעביליטי פראגראם (קאווענענט אייס), און אפילו דאס איז נאר בלויז א קליינטשיקע התחלה. יא, דער אמת'ער לייזונג איז חינוך. מחנך זיין דעם עולם, אבער נישט וויזוי צו נוצן דעם אינטערנעט ע"פ תורה, נאר ווי שוין געשריבן אין אסאך פלעצטער לגבי אסאך אנדערע עניינים. אז דער ערשטער זאך דארף זיין אז מען זאל זיין א איד, מען זאל וויסן וואס אידישקייט איז, מען זאל האבן א סיבה פארוואס "אליינס נישט צו וועלן" גיין ווי מען דארף נישט און זעהן וואס מען דארף נישט. דעמאלס העלפט א פילטער און די אנדערע גדרים און סייגים. אויב אבער דער יסוד איז נישט דא, דאן קענסטו לייגן וואס דו ווילסט און וויפיל דו ווילסט, עס איז א ברכה לבטלה.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך amechiya » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:09 pm

קרעקער האט געשריבן:געהערט דע וואך פין א אינגערמאן
די עסקנים האבען איין עצה אנציפילען דעם סטעדיום מיט 50000 מענטשען
אויב זיי ריפען ליפא שמעלטצער זינגען

זיי זוכן צו שלעפען חסידישע אידן, נישט קיין גוים
באניצער אוואטאר
amechiya
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:15 pm

amechiya האט געשריבן:
קרעקער האט געשריבן:געהערט דע וואך פין א אינגערמאן
די עסקנים האבען איין עצה אנציפילען דעם סטעדיום מיט 50000 מענטשען
אויב זיי ריפען ליפא שמעלטצער זינגען

זיי זוכן צו שלעפען חסידישע אידן, נישט קיין גוים

:like :like
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4213 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך יידל » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 2:12 pm

לאמיר אביסל צולייגן וואס איך האב געהערט ביז יעצט. קאווע טרינקער ווייטאגט אויף דעם באנוץ פונעם ווארט "איחוד". וואס איחוד ווען איחוד, שרייט ער. איך מיין אבער אז דאס איז א נקודה שולית, שלא מענין. דאס איז ס"ה א מארקעטינג טעכניק וויאזוי די עסקנים גייען ברענגן מער מענטשן צום אסיפה. די נקודה וועלכער איך וויל פארשטיין איז - וואס האט קאווע טרינקער אנקעגן דיאסיפה, נישט אנקעגן די מארקעטינג טעכניקן וואס זיי נוצן, וואס דאס פארלאנגט א שמועס פאר יך.
נאך ווייטאגט קאווע שטיבל אז מ'גייט נוצן לחץ חברתי צו ברענגן דעם עולם, אנשטאט צו אינוועסטירן אין חינוך וואס וועט מאכן דעם עולם קומען פון זיך אליינס. גוד פוינט. אבער לאמיך אייך פרעגן: איצטער אז מען האלט שוין ביי א מצב ווי דער עולם איז נישט אינטערעסירט (וואס אגב, איך בין נישט קאנווינסד אז דער עולם איז טאקע נישט אינטערעסירט. אבער לאמיר פאר די סעיק אף די ארגיומענט אננעמען אז דו ביזט גערעכט), וואס דארפן די רבנים/עסקנים טון כדי צו מאכן דעם עולם אינטערעסירט? זאל ען יעצט אנהייבן מיט חינוך?! יעצט איז שוין צו שפעט! יא, איך בין מודה אז מ'האט בי היינט א טעות געהאט אין סטראטעגיע, און אנשטאט אינוועסטירן אין חינוך האט מען אינוועסטירט אין קול קורא'ס און אין טעראר. נו, איז וועגן דעם קען ען דען די זאך לאזן לויפן? אז זיי ווילן יעצט אנהייבן מחנך זיין, האבן זיי נישט קיין צווייטע ברירה נאר ווי צו לייגן א שטיקל דרוק אז דער עולם זאל קומען.
הדד האט, ווי שטענדיג, אזו עלאקוואנט ארויסגעברענגט דעם געדאנק וואס יאנקל האט פריער דערמאנט וועגן חינוך. צו דעם שטעל איך קודם אויך צו דאס וואס איך האב אקורשט געענדיגט זאגן פאר מר. קאווע טרינקער. אבער איך וויל צולייגן נאך א נקודה. הירשל ציג האט ממש פריער ארויף געלייגט דא אין ק"ש א לינק צו א פאוסט זיינעם, ווי ער ברענגט ארויס אז געוויסע רבנים (וועלכער זענען פון די וואס זענען פארנומען אלץ צו זאגן פארן עולם וואס צו טון און בעיקר, וואס נישט צו טון) זענען נישט אין טאטש מיטן מציאות. זיי ווייסן נישט וויפיל יסודות אין אידישקייט ס'פעלט פאר פיל יונגעלייט. לויט דעם, קען מען נישט באשולדיגען די רבנים/עסקנים פארן אינוועסטירן אין די נישט ריכטיגע זאך - זיי ווייסן פשוט נישט אז אונטער דער אינטערנעט פראבלעם ליגט באהאלטן א פיל גרעסערן פראבלעם, וואס אויב מ'וועט נישט קעיר נענן דערפון וועט דאס אזוי אויפרייסן איין שיינעם טאג אז ס'כאפט א פחד נאר צו טראכטן דערפון!!
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4477 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך שרייבער » דאנערשטאג מערץ 22, 2012 4:59 pm

amechiya האט געשריבן:
קרעקער האט געשריבן:געהערט דע וואך פין א אינגערמאן
די עסקנים האבען איין עצה אנציפילען דעם סטעדיום מיט 50000 מענטשען
אויב זיי ריפען ליפא שמעלטצער זינגען

זיי זוכן צו שלעפען חסידישע אידן, נישט קיין גוים

דו האסט נישט קיין 50 טויזענט חסידישע אידן אין אמעריקא, איך ווייס נישט צו צען יא (אזא סארט פון וואס דו רעדסט)
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 931 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך קארל » פרייטאג מערץ 23, 2012 1:31 am

דער עולם איז בייז אז מ'האלט די פלענער בסוד. אבער, עס איז נישט דא אויף וואס צו זיין בייז, ווייל מ'האלט גארנישט בסוד! יא, אזויווי איר הערט... עס זענען נישט דא קיינע סודות ווייל עס זענען בכלל נישט דא קיין פלענער! די עסקנים האבן נישט קיין מושג וואס זיי גייען טון אין דעם גיגאנטישן סטאדיום.

טייל פון די פלענער:
דער פלאן לויטעט יעצט אז עס וועט קאסטן געלט אריינצוגיין, מעגליך צען דאלאר. מען פלאנט אנצופירן א ריזיגן קאמפיין אין די מוסדות אז די קינדער זאלן משוגע מאכן די עלטערן צו גיין, ווייל אלע משתתפים וועלן באקומען א טיקעט פאר וועלכע די קינדער וועלן באקומען א "ווערדפולע מתנה". מען ווייסט נאך בכלל נישט ווער עס גייט רעדן, בלויז אז "טויזנטער אידן וועלן צוזאמען זאגן די תפילת השל"ה."
די אדמורי"ם האלטן נאך דערווייל נישט ביים קאאפערירן. האדמו"ר בן-ציון ה"ש מבאבוב האט נאר געוואלט אונטערשרייבן לטובת דעם מעמד אויב דער סקווערער רבי האט שוין אונטערגעשריבן. אבער האדמו"ר מסקווירא צעגערט נאך.
עס איז נישט דא קיין פלאן וואס מ'וועט טון אויב ס'רעגנט. לכל היותר, אויב וועט מען אין די וואך-צוויי פאר דעם מעמד זען אויף דעם אינטערנעט אז עס גייט רעגענען יענעם טאג וועט מען ריקן דעם מעמד א טאג ארויף אדער אראפ.
די ארגאניזירער לייענען וואס מיר שרייבן אויף די פארומס, און זיי ווייסן אז דער עולם איז סקעפטיש. און עס טוט זיי וויי. וואס איך קען זיי נאר עצה'ן איז אז דער קאמפיין איז זייער קענטיג געבויט אויף דעם פרעמיס אז מיר זענען א באנדע בהמות, און גלאנציגע צעטלעך וועלן אונז פירן גלייך אין סטאדיום אריין. ביטע טוישט שוין די ריכטונג פון אייער קאמפיין, שרייבט נעמען פון מענטשן וועלכע שטייען אונטער דעם, גיט נישט ארויס אפילו נאך איין צעטל איידער איר האט א "מישען סטעיטמענט" און א פינקטליכן פלאן וואס איר גייט דארטן טון.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 467 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך אךשמח » פרייטאג מערץ 23, 2012 1:43 am

WOW

קארל,

איך האב נישט קיין סאך וואס מוסיף צו זיין. איך האף אז דיין לעצטער פאראגראף זאל אנקומען צו די ריכטיגע אויערן.

איך האב אבער געהערט פון גאנץ א קראנטער מקור אז געלט איז דא, און מען דארף עס אויסגעבן!!

און דעריבער גיסט זיך אזעלכע שווערע געלטער פאר די גראפיקער, צייטונגען, און די ריזיגע פלאקאטן אויף די גאסן, און דערנאך קומט די גרויסע קאסטן פארן סטאדיום און די טראספארטאציע צו שלעפן די שאף אהין.

דערווייל וועלן א שיינע צאל אידן מאכן געלט און די נדבנים פון די געלטער וועלן שפירן אז זיי טוען אויף גרויסע זאכן פאר אידישקייט, און מיר וועלן דא שרייבן וואס אנדערע טראכטן און אויסווארטן דעם טאג.
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך ראשעקאל » פרייטאג מערץ 23, 2012 1:47 am

קארל,

WOW WOW WOW
:o :o :o :o
ממש נישט צו גלייבען!!
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5440 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך John Doe » פרייטאג מערץ 23, 2012 2:00 am

קארל, לויט ווי דו זאגסט קען מען שוין טוישן די נאמען אויף סיטי FAILD.
:lol: :lol: :lol:
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך געפילטע פיש » מוצ"ש מערץ 24, 2012 10:20 pm

די חברה געבן נישט אויף, גיימער אלע ווערן פלאמערס?
בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך געפילטע פיש אום זונטאג מערץ 25, 2012 11:09 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6951
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5545 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7604 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך יידל » מוצ"ש מערץ 24, 2012 10:38 pm

קארל האט געשריבן:דער עולם איז בייז אז מ'האלט די פלענער בסוד. אבער, עס איז נישט דא אויף וואס צו זיין בייז, ווייל מ'האלט גארנישט בסוד! יא, אזויווי איר הערט... עס זענען נישט דא קיינע סודות ווייל עס זענען בכלל נישט דא קיין פלענער! די עסקנים האבן נישט קיין מושג וואס זיי גייען טון אין דעם גיגאנטישן סטאדיום.

ווען וואס דו זאגסט איז אמת, איז עס טאקע א ביטער געלעכטער. אבער איך קען נישט גלייבן אז דו ווייסט וואס דו רעדסט. ס'זיצן אויף דעם די גרעסטע עסקנים [אין די ענינים] ביי כלל ישראל ווי ר' ישראל משה דירענפעלד און זיינס גלייכן. די חברה קומען נישט סתם אזוי אן קיין פלאן. די חברה לויפן שוין ארופ צו עשירים טעג און וואכן. דו האלטס אז איין עושר וועט ארויסשלעפן א פיפציגער פון זיין טיש אן וויסן פארוואס ער געט עס? און דא רעדט מען נישט פון הונדערטערס, ניטאמאל פון טויזענטערס, דא רעדט מען פון שווערע געלטער! ווי איך הער קאסט סיטי פילד איבער א האלב מיליאן דאלאר אפצודינגען! דאס רעכנט נישט אריין עדווערטייזמענט, טראנספארטאציע, סאונד סיסטעמס, בענקלעך, עסן/טרינקען וכו'.
קארל האט געשריבן:טייל פון די פלענער:

א סעקונדע נאר. האסטו נישט א מינוט צוריק געזאגט אז "עס זענען בכלל נישט דא קיין פלענער"?
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4477 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך קארל » מוצ"ש מערץ 24, 2012 11:25 pm

יידל האט געשריבן:
קארל האט געשריבן:דער עולם איז בייז אז מ'האלט די פלענער בסוד. אבער, עס איז נישט דא אויף וואס צו זיין בייז, ווייל מ'האלט גארנישט בסוד! יא, אזויווי איר הערט... עס זענען נישט דא קיינע סודות ווייל עס זענען בכלל נישט דא קיין פלענער! די עסקנים האבן נישט קיין מושג וואס זיי גייען טון אין דעם גיגאנטישן סטאדיום.

ווען וואס דו זאגסט איז אמת, איז עס טאקע א ביטער געלעכטער. אבער איך קען נישט גלייבן אז דו ווייסט וואס דו רעדסט. ס'זיצן אויף דעם די גרעסטע עסקנים [אין די ענינים] ביי כלל ישראל ווי ר' ישראל משה דירענפעלד און זיינס גלייכן. די חברה קומען נישט סתם אזוי אן קיין פלאן. די חברה לויפן שוין ארופ צו עשירים טעג און וואכן. דו האלטס אז איין עושר וועט ארויסשלעפן א פיפציגער פון זיין טיש אן וויסן פארוואס ער געט עס? און דא רעדט מען נישט פון הונדערטערס, ניטאמאל פון טויזענטערס, דא רעדט מען פון שווערע געלטער! ווי איך הער קאסט סיטי פילד איבער א האלב מיליאן דאלאר אפצודינגען! דאס רעכנט נישט אריין עדווערטייזמענט, טראנספארטאציע, סאונד סיסטעמס, בענקלעך, עסן/טרינקען וכו'.
קארל האט געשריבן:טייל פון די פלענער:

א סעקונדע נאר. האסטו נישט א מינוט צוריק געזאגט אז "עס זענען בכלל נישט דא קיין פלענער"?

וואס איך האב געשריבן האב איך געהערט פון איינעם וועלכער איז דירעקט אריינגעמישט אין דעם עסק, און איך שטיי אונטער יעדעס ווארט וואס איך האב געשריבן.
דאס געלט קומט בעיקר פון איין גרויסן גביר וועלכער איז א שטיצער פון הרב סאלאמאן. יא, איך ווייס אז פארשידענע עסקנים און רבנים פרובירן צו שאפן געלט, אבער בעיקר קומט עס פון איין גביר.
.Cogito ergo sum
René Descartes -
באניצער אוואטאר
קארל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 5:09 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 467 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 25, 2012 11:34 am

יידל האט געשריבן:לאמיר אביסל צולייגן וואס איך האב געהערט ביז יעצט. קאווע טרינקער ווייטאגט אויף דעם באנוץ פונעם ווארט "איחוד". וואס איחוד ווען איחוד, שרייט ער. איך מיין אבער אז דאס איז א נקודה שולית, שלא מענין. דאס איז ס"ה א מארקעטינג טעכניק וויאזוי די עסקנים גייען ברענגן מער מענטשן צום אסיפה. די נקודה וועלכער איך וויל פארשטיין איז - וואס האט קאווע טרינקער אנקעגן דיאסיפה, נישט אנקעגן די מארקעטינג טעכניקן וואס זיי נוצן, וואס דאס פארלאנגט א שמועס פאר יך.
נאך ווייטאגט קאווע שטיבל אז מ'גייט נוצן לחץ חברתי צו ברענגן דעם עולם, אנשטאט צו אינוועסטירן אין חינוך וואס וועט מאכן דעם עולם קומען פון זיך אליינס. גוד פוינט. אבער לאמיך אייך פרעגן: איצטער אז מען האלט שוין ביי א מצב ווי דער עולם איז נישט אינטערעסירט (וואס אגב, איך בין נישט קאנווינסד אז דער עולם איז טאקע נישט אינטערעסירט. אבער לאמיר פאר די סעיק אף די ארגיומענט אננעמען אז דו ביזט גערעכט), וואס דארפן די רבנים/עסקנים טון כדי צו מאכן דעם עולם אינטערעסירט? זאל ען יעצט אנהייבן מיט חינוך?! יעצט איז שוין צו שפעט! יא, איך בין מודה אז מ'האט בי היינט א טעות געהאט אין סטראטעגיע, און אנשטאט אינוועסטירן אין חינוך האט מען אינוועסטירט אין קול קורא'ס און אין טעראר. נו, איז וועגן דעם קען ען דען די זאך לאזן לויפן? אז זיי ווילן יעצט אנהייבן מחנך זיין, האבן זיי נישט קיין צווייטע ברירה נאר ווי צו לייגן א שטיקל דרוק אז דער עולם זאל קומען.

די 600 (אדער מער) מענטשען וואס זענען געקומען ------ """""""נישט געצווינגענער הייט"""""""" ------- ליל שישי אין קארלסבורג (וואס כ"ק ר' יחזקאל ראטה האט גראדע משמיע געווען ברכת קדשו באותו מעמד) ווייזט אז דער וואס וויל און פארשטייט אז מ'דארף האבן א פילטער, וועט אויסנוצען די געלעגנהייט פון כאפן א שפאציר ליל שישי און הנאה האבן פון א טעכניקער בחנם.
לויט ווי איך הער פלאנען זיי צו מייסד זיין א פאון נאמבער ווי מ'קען רופן יעדע נאכט אויף עצות בנוגע אינטערנעט, און יעדע נאכט וועט א צווייטער טעכניקער מקדיש זיין מזמנו בחנם צו העלפן אידען וואס זיכען הילף.
וואספארא געלאנגענע רעיון דאס איז!
און בנוגע די צעטל אין בית המדרש וואס א צורידערטע פארשוין האט אויפגעהאנגען. מ'דארף איינמאל פאראלעמאל מאכן א ענדע צו די משוגענע ערשיינוג פון לוח המודעות וכדומה,
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8532 מאל

Re: רעזערווירט דעם דאטום: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח

הודעהדורך ראשעקאל » זונטאג מערץ 25, 2012 11:56 am

קאווע טרינקער האט געשריבן:און בנוגע די צעטל אין בית המדרש וואס א צורידערטע פארשוין האט אויפגעהאנגען. מ'דארף איינמאל פאראלעמאל מאכן א ענדע צו די משוגענע ערשיינוג פון לוח המודעות וכדומה,

וועלעכע צעטל?
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5440 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 0 געסט