דורך וועטערבאריכט » זונטאג פעברואר 08, 2015 5:19 pm
א גיטען אווענט, היינט איז געווען גאנץ א מילדע טאג אבער יעצט גייט די וועטער בארג אראפ. די קאלד פראנט האט זיך אדורכגערוקט בערך מיטאג, אין קעלטערע לופט קומט ציביסליך אריין אין ברוקלין, אין מאנרא שנייט שוין נאכמיטאג, אין מאנסי קען באלד זען שניי אדער רעגען שניי געמישט.
אין מאנרא איז גאנץ קלאר אז מען וועט זעט א שניי פון 4-אפשר ביז 8 אינטשעס אין אויך אייז קען זיך מישען מיט די שניי היינט נאכט. אין מאנסי זעט אויס צו זיין א מיקס פון שניי, האגעל אין פריזינג רעין היינט נאכט וואס גייט איבער צו שניי מארגען, זיי קענען אויך זען 3-6 אינטשעס. אין ברוקלין איז מער complicated, די קעלטערע לופט איז low level cold air. דאס מיינט אז לעבען די ערד וועט ווערען קעלטער א גאנץ נאכט אבער אין די הייך אין די וואלקענעס בלייבט ווארעמער , דעריבער אנשטאטס שניי ווען מיר זען א קאלטע רעגען וואס וועט אנפאנגען צו פריזען אויף די גראונד. די שניי אין אייז וואס ליגט שוין אויף די ערד ביז יעצט וועט נאר העלפען מאכען אלעס זייער גליטשיג. נאך א זאך וואס איז נישט אזוי קלאר איז אז עס זעט אויס ווי דער שטורם וועט נישט אראפלאזען אזעלעכע אמוינטס פון precipitation. דאס מיינט אז דער פריזינג רעין , האגעל אדער שניי אין ברוקלין וועט זיין lighter, ווי לעצטער וואך. אויף דער אנדערער צד דארף מען פארשטיין אז עס נעמט נישט קיין סאך אייז אדער פריזינג רעין צו מאכען די גאסען אין סיידוואלקס סכנה׳דיג גליטשיג. עס קען זיין מער אייזיג אויף די north side פון ברוקלין ווי וויליאמסבורג ווי אין בארא פארק . די גאנצע mess קען זיך ענדיגען ווי שניי אבער nothing major, איינס צו צוויי אינטשעס. אין לעיקוואוד דערווייל זעט אויס ווי עס נעמט ביז מאנטאג נאכט אין די ענדע פון די שטורם פאר די קאלטע לופט אנצוקימען.
דערנאך קומט קאלטע אבער טריקינע וועטער פאר א מעגליכען שניי אויף דאנערשטאג, דאנערשטאג נאכט וועט זיך ממה נפשך אראפלאזען די קעלטסע לופט פון א גאנץ ווינטער דערווייל אין אויך מעגליך קעלטער ווי די לעצטע פאר ווינטער. עס איז דא געניג צייט דאס אי״ה צו באשרייבען, stay tuned....
וועטער ברוקלין-
Winter weather advisory for 1-2 inches snow , 1/4 inch ice
זינטאג נאכט- רעגען טוישט אויף פריזינג רעגען , געמישט מיט שניי, אדער האגעל , 28.
מאנטאג-שניי, געמישט מיט פריזינג רעגען אדער האגעל , 28 דעגרי.
1-2 אינטשעס שניי אין אייז מעגליך ספעציעל אין וויליאמסבורג.
מאנטאג ביינאכט- שניי, אייז , ענדיגט זיך, קעלטער 25.
דינסטאג & מיטוואך - טייל זיניג , קאלט, 30-35 בייטאג, 20-25 ביינאכט.
דאנערשטאג- פארוואלקענט , שניי מעגליך, 32. שטארק קאלט אין ווינטיג ביינאכט 5-10.
פרייטאג ביז זינטאג -זיניג אין גאר קאלט ,15-25 בייטאג, 0-10 ביינאכט.
וועטער לעקוואוד -
זינטאג נאכט- רעגען שפעט ביינאכט,קילער , 35.
מאנטאג-רעגען קען זיך מישען מיט האגעל , ווינטיג , קאלט 37 דעגרי.
מאנטאג ביינאכט- רעגען קען זיך ענדיגען ווי שניי, אייז , קעלטער 25.
דינסטאג & מיטוואך - טייל זיניג , קאלט, 30-35 בייטאג, 20-25 ביינאכט.
דאנערשטאג- פארוואלקענט , אביסעל שניי מעגליך, 37. שטארק קאלט אין ווינטיג ביינאכט 5-10.
פרייטאג ביז זינטאג -זיניג אין גאר קאלט ,20-25 בייטאג, 0-10 ביינאכט.
וועטער מאנסי -
Winter weather advisory for 2-5 inches snow and 1/4 inch ice
זינטאג נאכט- פריזינג רעגען , געמישט מיט שניי, אדער האגעל , 26. איין אינטש אין אייז מעגליך.
מאנטאג-שניי, (געמישט מיט פריזינג רעגען אדער האגעל אינדערפרי ) , 26 דעגרי.
2-4 אינטשעס שניי אין אייז מעגליך.
מאנטאג ביינאכט- שניי, ענדיגט זיך, קעלטער 20.
דינסטאג & מיטוואך - טייל זיניג , קאלט, 28-33 בייטאג, 15-20 ביינאכט.
דאנערשטאג- פארוואלקענט , שניי מעגליך, 32. שטארק קאלט אין ווינטיג ביינאכט ארום 0 .
פרייטאג ביז זינטאג -זיניג אין גאר קאלט ,10-20 בייטאג, 0-5 ביינאכט.
וועטער מאנרא -
Winter weather advisory for 4-8 inches snow and 1/10 inch ice
זינטאג נאכט- שניי, געמישט מיט פריזינג רעין אדער האגעל , 23. איין אינטש אין אייז מעגליך.
מאנטאג-שניי, ווינטיג אין קאלט , 24 דעגרי.
נאך 3-5 אינטשעס שניי מעגליך.
מאנטאג ביינאכט- שניי, ענדיגט זיך, קעלטער 18.
דינסטאג & מיטוואך - טייל זיניג , קאלט, 27-32 בייטאג, 10-15 ביינאכט.
דאנערשטאג- פארוואלקענט , שניי מעגליך, 28. שטארק קאלט אין ווינטיג ביינאכט ארום 0-5- .
פרייטאג ביז זינטאג -זיניג אין גאר קאלט ,8-18 בייטאג, 0-5- ביינאכט.
נעסקטע אפדעיט מאנטאג אווענט אי״ה. איך וועל אויך פרובירען צו אפדעיטען במשך דער שטורם ווי מעגליך ,בעזרת השם .
א גיטע נאכט. Be careful out there!
- בייגעלייגטע פיילס
-

- די קאלד פראנט - זעט די ריזיגע חילוק אין טעפרעטורס
- image.jpg (346.53 KiB) געזען געווארן 195 מאל