"דער בלאט"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
רעאגיר
קארלסבורג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 275
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:09 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

"דער בלאט"

שליחה דורך קארלסבורג »

עס איז אוממעגליך צו שרייבן די היסטאריע פון "דער בלאט" אן דערמאנען דעם "איד". "דער איד" האט זינט תשט"ו געטריי געדינט די סאטמארער קהילה – זיך צוגעשטעלט צו, און בעצם אנגעפירט, אלע אירע מערכות. נאכדעם פון דער סאטמארער רבי בעל "ברך משה" האט אין תשנ"ט קאנטראווערסיאל מחליט געווען אפצונויגן פון זיין אמאליגער שטעלונג לטובת זיין עלטסטן זון הרב אהרן, ממנה צו זיין זיין אינגערן זון הרב זלמן לייב אלץ דער סאטמארער רב און וויליאמסבורג, און טיילווייז אלץ עווענטועלער ממלא-מקום, האט "דער איד" גענומען א פרא-רז"ל שטעלונג, און די חסידים פון הרב אהרן האבן געהאלטן אז די החלטה לטובת רז"ל איז נישט געווען מדעת דעם סאטמארער רבי'ן אליין, האבן זיי מחליט געווען ארויסצוגעבן אן אייגענע צייטונג.
ווען מען נעמט אין באטראכט די קליין ביסל היסטאריע, און אז מ'קוקט פון דעם פערספעקטיוו פון די חסידים פון הרב אהרן און די ארויסגעבער פון דעם "בלאט", איז ער א גלייכער המשך צו "דער איד" פון תשט"ו ביז תש"ס – אין אנדערע ווערטער: "דער איד" האט געטוישט זיין נאמען צו "דער בלאט", און די צייטונג וועלכע קומט היינט ארויס אונטערן נאמען "דער איד" איז נישט די אויטענטישע סאטמארער צייטונג.
דער ערשטער נומער פון "דער בלאט" איז ערשינען ערב סוכות תש"ס מיט פערציג זייטן. עס האט נישט גענומען לאנג ביז עס האט זיך אנגעפילט מיט אנאנסן הויפטזעכליך דורך די חסידים פון הרב אהרן. "דער בלאט" האט אין די ערשטע יארן פארמאגט שרייבער פון ליטערארישער קוואליטעט, ווי שמעון ראלניצקי, פינחס גלויבער און יצחק אייזיק שניטצלער. אין יענער תקופה האט "דער בלאט" געלייגט א דגוש אויף ברייטע רעפארטאזשן און באריכטן, באשרייבנדיג וועלטליכע און פאליטישע געשעענישן פאר לאנגע בלעטער. צום ביישפיל: דער רעפובליקאנער קאנווענשאן אין יאר 2000 וואו דזשארדזש בוש איז נאמינירט געווארן איז אין "דער בלאט" באשריבן געווארן אין א לאנגען באריכט ווואס האט זיך געצויגן אויף זייטן 2, 77, 78, 79, און 80, חוץ אנדערע פאליטישע אנאליזן.
פון די ערשטע פרינציפן פון "דער בלאט" איז געווען צו דעקן אלע חסידישע הויפן – פון גרויס ביז קליין. עפענענדיג למעשה דעם מקום פאר די שפעטערדיגע מאגאזינען ווי "כל העולם כולו" וכדומה. "דער בלאט" האט דאן אויך אוועקגענומען אלע גרעניצן בנוגע טיטלען, און יעדער רבי האט זיך געקענט אנהייבן באטיטלען ככל אשר לבו חפץ.
מיט דער צייט האט "דער בלאט" פארלוירן דעם פאליטישן אייפער, און אין לויף פון די יארן ווי דער "בלאט" האט אנגעהויבן רעפרעזענטירן נישט נאר א פראקציע נאר א פולקאמער חסידות מיט אלע פיטשיווקעס, איז דער דגוש אויף פאליטיק און וועלטליכע נייעס אוועקגעפאלן. עס איז אויך אוועקגעפאלן די אינטערעסע אין סיי וואס אנבאלאנגט זשורנאליסטישע קוואליטעט. און דא האט זיך אנגעבויבן א תקופה פון גרויזאמע עם-הארצות אויף א פארנעם וואס איז לכאורה נאך קיינמאל נישט געזען געווארן אין אידישער זשורנאליזם.
כמעט וועכנטליך קען מען געפינען אין דעם "בלאט" אומגלויבליכע גרייזן. עס עקזיסטירט בכלל נישט קיין רעדאקציאנעלע ווירטשאפט, און וואס אימער קען געשריבן ווערן אן דעם וואס איינער זאל אין אכט נעמען איידערן גיין צום דרוק.
.Cogito ergo sum
René Descartes -

דער אשכול פארמאגט 882 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר