דורך דער געוואגטער יונגעל » דינסטאג פעברואר 17, 2015 11:23 pm
ער איז נפטר געווארן בשיבה טובה אין עלטער פון 93 יאר , נאכן זיין די לעצטערע וואכן אין שפיטאל ליידענדיג אויף די נירען ,
געבוירן איז ער בשנת תרפ"ב אין שטעטעל קאשוי אין טשעכסלאוואקיע , צו זיינע עלטערן דוד ומינדל האלפערין , אייניקלעך פון צאנזער רב ,אין זי א טאכטער פון ר' שמואל ענגיל זצ"ל ,
א תלמוד איז ער געווען פון זיין זיידע ר'שמואל ענגיל זצ"ל , אין ר' יששכר פרדס זצ"ל אב"ד דאנקוב ,ובשנת תרצ"ט איז ער ארויף קיין לאנדאן ,(אגב ער האט נאך זוכה געווען צו באקומן דעם טיטעל הרב הגאון !! פונעם ראגעטשובער ביי די 14 יאר דערנאך וואס ער האט געשריבן א בריעף צום ראגעטשובער ..) בשנת תרצ"ט האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון ר' אליעזר לידזראבסקי זצ"ל , ובשנת תש"ב האט ער געעפענט דעם בית המדרש בית שמואל (היינט פון די גרויסע בתי מדרשים ) ובשנת תש"כ האט ער געעפענט דעם בית הספר פרדס ע"ש רבו רב פרדס זצ"ל , בשנת תשמ"ד האט ער איבער גענומען דעם פאסטן פון רב הקהילות בלונדון !!
זיינע ספרים וואס ער האט איבער געלאזט איז שדה אלחנן אין שיחתן של עבדי אבות , ועוד,
א תלמוד פונעם סטראפקעווער אין אזוי אויך פון דעם פשעווארסקער זצ"ל,
ער האט איבער געלאזט א דור יראים ושלמים , הלה המה חתנו האדמו"ר מנדבורנא חיפה שליט"א , חתנו גאב"ד מאקעווע שליט"א ,חתנו האדמו"ר מטשערנאביל שליט"א ,בנו הרב יצחק אריה לייביש שליט"א רב ברמות ג' ,בנו הרב ישראל שמואל דוד נחום שליט"א , רב בקהילת הענדין בלאנדאן ,בנו הרב חיים שליט"א (....)
בנו הרב שלום יוסף שליט"א בניו יארק , בנו הרב משה יהודה דוב שליט"א ,רב בית שמואל (שהוקם אביו ) חתנו הרב משה חיים בראנסדורפער שליט"א , חתנו הרב יוסף משה שנייערסאן שליט"א ר"מ בישיבת טשעבין , זכר צדיק לברכה ,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך
דער געוואגטער יונגעל אום מיטוואך פעברואר 18, 2015 2:34 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.