מאראלישע מזל אין געזעץ

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2678
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1549 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4305 מאל

מאראלישע מזל אין געזעץ

שליחה דורך יואליש »

אפגעטיילט פון דא.
chusid האט געשריבן:בכלל דארף מען לכאורה שטראפן לויטן חומר מעשה העבירה , נישט לויטן תוצאה אויף דעם ספעציפישן פאל


אויב ראובן און שמעון טרינקן א היבשע קנאק יענקל ביי א שפעטע וואכטנאכט אויף וואלאבויט סטריט. ביידע וואוינען אויף ראסס סטריט. ביידע באגייען די אומ'אחריות'דיגע שריט און דרייווען אהיים מיט אן איבעריגע מאס אלקאהאל אין זייער סיסטעםץ חומר מעשה עבירה: דרייווען אנגעטרינקן - ראובן און שמעון אייניג. די עונש פארן ווערן געכאפט: א טיקעט און סוספענדירטע לייסענס - ראובן און שמען אייניג.

אין די שטילקייט פון די נאכט אן קיין פארבייגייער, קומט ראובן אן אהיים בשלום. לייגט זיך שלאפן. שטייט אויף צופרי באצייטענס און נעמט די טרעין קיין בי ענד עיטש. תוצאה: א נישטיגע הענגאווער.

שמעון קומט כמעט אן אהיים אבער ביי מארסי און דיוויזשען פאלט אריין א פארשוין פארענט פון זיין קאר. ס'וואלט נישט מעגליך געווען צו סטאפן די קאר, אפי' אויב ער איז ניכטער. דער קאר קלאפט אן דעם פארשוין וועלכער פאלט א טויטער אויפן ראוד. תוצאה: מארד.

אדער זאלן ראבן און שמעון ביידע באקומען טיקעטס און סוספענדירטע לייסענס, אדער זאלן ביידע גיין און תפיסה, ווייל ביידע האבן געטוהן די זעלבע מעשה עבירה. די חילוק פון ראובן און שמעון איז נישט אין זייער מעשה עבירה נאר און פשוט (אומ)מזל אז אין שמעון'ס פאל איז א מענטש אריינגעלאפן פארענט פון זיין קאר, וואס איז גענצליך אינדרויסן פון שמעון'ס קאנטראל. וועלן מיר איינזעצן שמעון פארן זיין א שלימזל און פריי לאזן ראובן פארן זיין מזל'דיג אין זיין טריפ אהיים? איז עס א פארברעכן צו זיין unlucky?

נאך א פאל:

אויב צוויי טעראריסטן אויף א געמיינזאמע טעראר מיסיע אין צוויי באזינדערע שטעט דריקן די רעמאט קאנטראל קנעפל מיטן פלאן צו אויפרייסן א מאכטפולע באמבע. איינס רייסט אויף און מארדעט הונדערט מענטשן אבער דער צווייטער שלימזל טעראריסט'ס רעמאט קאנטראל גייט דורך א מעכאנישע פעלער און רייסט נישט אויף און קיינער איז נישט גע'הרג'ט, זאלן ביידע באקומען די זעלבע שטראף? לכאורה יא, די מעשה עבירה און די כוונה איז די זעלבע. אבער די תוצאה איז אנדערש. איינער האט געמארדעט מענטשן און דער צווייטער נישט.

נאך א פאל:

אויב א מאמע צינד אן די וואסער אין א וואנע מיט א קינד דערין און לויפט אריין אין קאך אויסלעשן די פלאם אונטערן פייפענדיגע טשייניק, וואלסטו געזעצליך מעניש געווען די מאמע? לאזן א קינד אין וואנע איז זיכער אן אומ'אחריות'דיגע שריט. און ס'איז ליידער מעשה בכל יום און רוב מאל איז די משפחה מזל'דיג אז ס'פאסירט גארנישט. וואס טיט זיך אין א פאל וואס דאס קינד, בשעת די מאמע איז אין קיך, האט זיך א גליטש געטוהן און אריינגעפאלן און וואסער און ל"ע דערטראנקן? איז די מאמע "מער" שולדיג פון די טויזענטער טאטעס און מאמעס וועלכע האבן שוין אין זייער לעבן געטוהן דאס זעלבע אבער זענען געווען מזל'דיג אז גארנישט האט פאסירט? וועלן מיר איינזעצן די מאמע, אדער צונעמען אירע קינדער, ווייל זי פון אלע אנדערע מאמעס איז געווען unlucky, עפעס וואס איז נישט אין איר קאנטראל?

וועלקאם צו די פראבלעם אין אנערקענען די ראלע פון שאנס אין מאראל און אין יוסטיץ.

The Problem of Moral Luck.


****

כ'מיין מ'זאל גרינדן א באזונדערע שמועס פאר דעם, נישט אויסמישן קאלטע פיליזאפישע שפעקולאציעס מיט די הייסע געפילן ארום די שוידערליכע טראגעדיע פון א משפחה
.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר