א קאפיטל היסטאריע: די טיילונג אין טאהש!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

א קאפיטל היסטאריע: די טיילונג אין טאהש!

שליחה דורך בעל מדות »

אין אן אנדערן אשכול האט מען ארימגערעדט איבער א נייע בית המדרש אין קרית טאהש און איך האב מיך אינטערגענימען אפצושרייבן א ארטיקל דערוועגן, למעשה האב זיך עס פארצויגן און איך האב באשלאסן צו ווידמען א באזינדערע אשכול איבער די היסטאריע ביז אהער, בכדי מען זאל פארשטיין בעסער וואס דאס איז די מצב דארט און וואס עס גייט דארט פאר.
איך קען טאהש ווי די אפדרוקן אין מיינע פינגערס, איך האב געלערנט דארט מיט אן ערך פון אכט יאר צוריק און איך פאר אהין צענדליגע מאל א יאר.


איך האב א גרויסע באדן צו קלאר מאכן און איך וועל עס פרובירן מאכן דעם קורצן וועג און גיין על ראשון ערשטן ועל אחרון צווייטן און איך האף אז דאס וועט זיין מיין לעצטע אנאליז איבער דעם שטעטל ווייל איך האב א שנאה צו זיך שלאגן מיט מענטשן.



מיט יארן צוריק האט טאהשע רבי שליט"א ולרפו"ש אויפגעבויעט זיין שטעטל און צו זיין זייט זענען געשטאנען זיינע געטרייע לייבן עטליכע אמאליגע צישאסענע אידן וועלכע האבן אלע מיטגעלעבט די שווערע וועלט מלחמה און מסכים געווען מיטן טאהשע רבי צו גיין במסירות נפש אין א עיר הנדחת צווישן פוסטע ביימער און פעלדער אויפצושטעלן אפאר געביידעלעך.

איין וועלט בארימטע פאמיליע מיט געטרייע און בלינדע מסירות נפש פארן טאהשן רבי האבן מיט די יארן אנגעהויבן אויפבויען דעם שטעטל און פון עטליכע בנינים האבן זיי געדאפלט דעם שטעטל און ארויפגערוקט ריזיגע בנינים וואס טאהש האט זיך נישט וואס צו שעמען דערמיט, זייער תקופה איז געווען א גלארייכע טראנספארמירונג אין שטעטל מיט בלוט און שווייס האבן זיי דערגרייכט צו יעדע אידישן נגיד פון פראנקרייך ביז תימן שאפנדיג שווערע הינדערטער מיליאנען דאלארן אויף א פארנעם וואס ווייניג האבן באוויזן בפרט אין יענע צייט, די טאהשע רבי האט פאר זיי געהאט א גרויסע הכרת הטוב און יעדעס ווארט איז איבריג.

ווען טאהשע רבי שליט"א האט אנגעהויבן אלט ווערן האבן זיך זאכן אנגעהויבן טוישן און מען האט ארויסגערוקט דעם פאמיליע אויף א שאנדפולן אופן זיי שפייענדיג אין פנים ווי פלאמעדיגע כפויי טובה און אזוי האט זיך אנגעהויבן א ווינט פון מענטשן קעגן די יעניגע וואס האבן פארכאפט דעם טראן.


דעי פאמיליע איז היינט צוטאג'ס די גרעסטע אדער איינע פון די גרעסטע פאמיליעס אין שטעטל מיט הינדערטער אייניקלעך וועלכע וואוינען שטאלץ אין די באדן וואס זייערע זיידעס האבן אויפגעבויעט בדם לבבם און ווי לעכערליך דארף מען זיין צו זאגן אז זיי זאלן זיך אוועקציען פון דעם שטעטל וועלכע זיי זענען געווארן אויפגעוואקסן דערין (נאך בעפאר דער היינטיגער מושל מ.ר. איז געבוירן געווארן) ווי זייערע ביזנעסער זענען, און ווי זיי האבן אלץ געהאט א געפיל צו דעם פלאץ.

מיט די יארן האט מען פרעכערהייט געביסן און געציפט די בני המשפחה ווען מען האט אין די איין מנין אין שטעטל נישט ערלויבט מענטשן צו געבן נעמען פאר די ניי געבוירענע קינדער און נישט געגעבן קיין עליות און נאך אסאך אזאנע מעשי רשעות וכפוי טובה וועלכע האבן צוגעברענגט א צוטיילונג אנהויב שוואכער און ווי שפעטער אלץ שטערקער ווען ביסלעכווייז האט זיך אנגעהויבן אוועקשטעלן א אייגענע מנין.

וועסטו זאגן טאהשע רבי האט געוואלט זיין באיחוד מיט זיינע תלמידים, איז די ענטפער דערויף אז ער האט אנגעהויבן אריינגיין אין די עלטערע יארן ווען מען האלט שוין נישט קיין קשר מיט מענטשן און אפילו ווען יא האט מען מיט צוואנג ארויסגעטריבן מענטשן פון די גרויסע מנין מיט אלע סארט טעראר.

די דיין אין די נייע קוים סטאביליזירטע קהילה הרב א. מ. טייטלבוים איז מסלתה ומשמנה וואס טאהש פארמאגט א שפיגעלע פון שטעטל, א באליבטע אינגערמאן, א גאון עולם, וועלכע זיצט און לערנט יומם ולילה און קריגט רעספעקט ביי רוב איינוואוינער,
ער פלעגט לערנען בחברותה מיט הרב י. ט. א דומ"ץ אין די טאהשע בית הוראה פון די שענסטע פרות וואס טאהש האט נאר ארויסגעגעבן, ער האט לעטצענס אוועקגעמופט (הרב י.ט.) פון שטעטל זאגנדיג אז "...טאהש איז פונקט ווי א געהיידזשעקטע פליגער פארכאפט דורך מערדער און וויבאלד ער האט מורא אז די פליגער גייט אין טאג קראכן, לאזט ער זיך ארויס דערפון מיט א פערישוט!!! קאמענטארן זענען איבריג.
הרב טייטלבוים האט געקריגן שימוש און זיך געלערנט אלע הלכה'דיגע פונקציעס ביי גדולי הדור אריינגערעכנט ביי איינע פון די טאהשה רבי'ס איידימער!

די מנין האט פארגעזעצט און מיט די יארן זיך אריינגעצויגן אין א גאר געאייגנט פלאץ (555 על שם די אדרעס) און מיט א הערליכע מקוה און אלע ציגעהערן האט די בית המדרש אויך אנגעהויבן פונקציאנירן אלץ א וואכן שול מיט פולע מנינים און שיעורים טעגליך.

ווען די גרויסע פייער (זינטאג דברים תשע"א) האט פארניכטעט אכצן דירות אין שטעטל האט די קהילה באשלאסן צו נוצן א נייע טאקטיק וויאזוי צו באשטראפן די איינוואוינער וועלכע האבן פארלוירן די האב און גוטס מיט דעם שריפה ( נאר 555 מתפללים פארשטייט זיך) מיטן נישט איבערבויען דעם אלטן בנין, און געבן דירות נאר פאר די וועלכע שטעלן זיך צו מיט אלע קאפריזן און שיגעת'ן.

האט זיך דאן אנטוויקלט א געלעגנהייט אז א גוי נעבן טאהש האט געזיכט צו פארקויפן זיין הויז און א "נחשון בן עמינדב" א געליטענער פון די פייער אהן א דאך איבערן קאפ האט געמאכט דעם באשלוס אז ער גייט עס אפקויפן, פון דא און ווייטער האבן זאכן אנגעהויבן גיין ארויס פון די טבע ווען א פולע דירות האבן אנגעהויבן ווערן אפגעקויפט אנהויב דורך די פייער געליטענע און מיטגעמאכטע נשמות וועלכע האבן זיך געוואלגערט פון בעיסמענט צו בעיסמענט אהן רחמנות,
און דערנאך דורך פולע משפחות וועלכע האבן געשמייכלט מיטן מצב און א מאסן ארויסוואנדערונג איז אריין אין קראפט.

עס האט נישט גענימען קיין לאנגע צייט, און אין א סעזאן ווען מענטשן האבן געשריבן קאנטראקטן איינע נאכן אנדערע אויף הערליכע געביידעס האט די אלטע קהילה אנגעהויבן באטריגערן עלטערן פון די בית חינוך לבנות וועלכע איך מיין אז עס הייסט בית צירל (פארעכט מיך אויב איך האב א טעות) און מען האט ארויסגעשטעלט קליינע מיידלעך פון די קלאסן אהן מעלדן פאר די עלטערן זיי צו קומען אפנעמען און איין מיידל איז געזיצן אהן סקול א יאר צייט, און מענטשן האבן באשלאסן צו אריינטאנצן אין א סקול, וכך הוא מען האט געפנט זיבן קלאסן פאר א שעה א טאג ביי מענטשן אין די הייזער און במשך הזמן האט מען געלייגט א האנט אויף צוויי שיינע געביידעס פאסיג און ריזיג די סקול האט זיך פארברייטערט און געעפנט אלע קלאסן אין א קורצע צייט אפשניט, כסדר האבן מענטשן ארויסגענימען קינדער אין די פלייץ האלט נאך אהן ווען די בית חינוך וועלכע ווערט גערופן "בית חינוך לבנות בנות ישורון ד'טאהש" פארמאגט שוין יעצט צוויי הינדערט מיידלעך קע"ה, דאס אז די עלטסטע קלאס פארט אריין קיין מאנטרעאל איז בכלל נישט קיין חסרון! טראכט אריין איין מינוט וואס עס מיינט אז די צענטראלע סאטמארע קהילה פינקציאנירט און ארבעט אינאיינעם מיט די טאהשע נייע קהילה (און עס גייט דא סאך טיפער)...


איין בנין אין הארץ פון שטעטל איז געווארן פאר'מסר'ט דורך אידישע אקטיוויסטן אז עס איז נישט לעגאל פאר א סקול און מען האט יעצט געלאזט א קאמפיין פאר א צווייטע בנין פון 1.6 מיליאן דאלער וועלכע די קאמפיין גייט אהן מיט א פולע פעסטקייט און ווען מען שליסט מקח וועל איך עס דא מעלדן אויב עס איז נוגע.

צוריק צום געגענט אינדרויסן, מיט די צייט האט זיך געעפנט די צווייטע גראסערי אין טאהש (אין די גלילות) פאר די מענטשן אינדרויסן און דא קום מיר אהן צום סאטמארע בית המדרש.

"זיך ארויסציען" מיינט אויף צוויי זייטן פון שטעטל, איין זיין איז פארהאן בערך פיפצן פאמיליע'ס מיט די גראסערי און דארט איז דא א בית המדרש וועלכע רופט זיך קערעסטיר על שם הרה"צ ר' ישעי'לע מקערעסטיר זצ"ל און איז אין שטוב פון אן אייניקל פון ר' ישעי'לע, און די צווייטע זייט וואוינען די איבריגע דרייסיג פאמיליעס גאר ווייט פון שטעטל (צען צוואנציג מינוט צו שפאצירן פון שטעטל) לענגאויס פולע רוהיגע געסלעך.
ריעל עסטעיט מאגנאטן פון ברוקלין וועלכע
באזיכן די נייע געגנט ווערן געפלעפט פון זעהן וואספארא באשיידענע פאלאצן קליינע אינגעלייטלעך האנדלען זיך איין פאר ביליג.

אויף יענע זייט וואוינען עטליכע משפחות וואס האבן זיך געצויגן פון מאנטרעאל צום נייעם דעוועלאפמענט און אזוי אויך בכדי צו געניסן פון שטיצע ביי די סאטמארע חסידים אין מאנטרעאל האבן זיי באשלאסן צו געבן א נאמען פאר זייער בית המדרש "סאטמאר"

די בית המדרש ביזדערווייל איז ביי איינעם אינדערהיים וועלכע האט א קליינע פאמיליע און א גרויסע הויז און מען האט הערליך אויפגעפיקסט די גאנצע בעיסמענט פאר א שיינע תורה צענטער מיט א באזינדערע ענטרענס, און א שיינע מקוה מפוארה איז אין פלאן נאכצופאלגן בסיעתא דשמיא.

די בית המדרש איז נאך א שירעם אפטיילונג פון די קהילה אונטער די פולע פירערשאפט פון די חשובע דיין הרב טייטלבוים וועלכע באקומט באצאלט זיין געהאלט פון די קהילה.

יעצט אין קורצן די פאקטן.

בית המדרש החדש אבריכם (555) דרי מנינים יעדע שבת ויום טוב!
מנינים און שיעורי תורה משך די וואך.
א מקוה.
אין שטעטל איז דא נאך א מנין פון מענטשן וועלכע קימט פאר מיט רשות פון די רבי (שוין פאר לאנגע יארן צוריק) נאר שבת און יום טוב וועלכע הייסט די "כץ מנין"
א בית חינוך לבנות מיט צוויי הינדערט תלמידות.
דריי בנינים. (לעת עתה צוויי)
צוויי באסעס.
א אפיס מיט א געטרייע שטאב פון פאנדרעיזער'ס.

א געגנט מיט פולע צופרידענע פאמיליעס.
צוויי מנינים יעדע שבת ויום טוב.
א כשרע סופערמארקעט "כולל גראסערי".

א שיעור אינאיינעם ווי אויפן שטייגער פון יסודי התורה מיט בחינות און אפצאלונגען.

קמחא דפסחא אין צייט פון ימים טובים.

און נאך שיינע נאבעלע אקטיוויטעטן משך א גאנץ יאר.

און עס איז ווערד צו אנצייכענען אז פולע משפחות וואס האבן באקומען זייערע הייזער אינקלאדעט מיט א שווים באסיין האבן עס אויפגעגעבן און אויסגעריסן צוליב וואס די טאהשע רבי שליט"א האט נישט געוואלט אז מען זאל דאס האבן.
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר