פארוואס וויל נישט אבאמא אנערקענען "איסלאמישער טעראר"?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 10:45 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 247 מאל

פארוואס וויל נישט אבאמא אנערקענען "איסלאמישער טעראר"?

שליחה דורך חיים נחום הלוי פריעד »

יעדער איז אויף מיט די דעבאטע פארוואס אבאמא וויל נישט מודה זיין אז די טעראר פון אל-קאידא, אייסיס וכו', פארמאגט א שם הכולל "איסלאמישער טעראר". איך פארשטיי די סברא פון די משמאילים וואס מאכן חוזק פון דעם פרעזידענט: רוף אן דעם קינד ביים נאמען! מאך דיך נישט בלינד צו דעם מציאות. עס איז א פאקט אז די אלע טעראריסטן באקומען זייער יניקה פון זייער איסלאמישער רעליגיע, קען מען זיך נישט פארהוילן פון דעם מציאות אז דאס איז איסלאמישער טעראר. די טענה גייט נאך ווייטער אז אבאמא קען פשוט נישט זען דעם פאקט, און מאכט זיך בכוונה בלינד.
אבאמא'ס טענה איז אבער אז עס איז נישט איסלאמישער טעראר ווייל איסלאם ווערט נישט אזוי פראקטיצירט. די טעראריסטן גנב'ענען דעם נאמען פון איסלאם פאר זייערע אינטערעסן, און מיר טארן נישט אריינפאלן אין זייער נעץ זיי צו רופן ווי אזוי זיי ווילן זיך רופן. אבאמא טענה'ט, דו רופסט דיך "איסלאמיק סטעיט"? ביסט גארנישט איסלאמיק.
איך מיין אבער אז דער אמת איז נישט דאס און נישט דאס. יעדער איז מודה אז מיליאנען מוסולמענער זענען מער-ווייניגער פרידליכע מענטשן. כמעט יעדער איז מודה אז רוב מוסולמענער זענען קעגן טעראר. אפילו אויב עס זאל זיין אמת אז די טעראריסטן זענען "איסלאמישע טעראריסטן" איז נאך אלץ נישט פראקטיש זיי אזוי אנצורופן, ווייל עס איז זייער אומבאקוועם פאר רוב מוסולמענער פון די וועלט דאס צו הערן. איי פארוואס דארפן מיר זיך רעכענען מיט אלע מוסולמענער'ס אומבאקוועמליכקייט? איז דער תירוץ אז עס איז קריטיש זיי צו האבן אויף אונזער זייט. מיט'ן ארויסלאזן איסלאם פון דעם בילד מאכט מען אסאך גרינגער פאר מוסולמענער זיך צו אידענטיפיצירן מיט דעם קאמף קעגן טעראר.
אויב ווילסטו נישט אז אמעריקע זאל זיך אריינמישן אין יעדן אינטערנאציאנאלן קאמף קעגן טעראר און פארלירן אייגענע סאלדאטן, דארף מען מאכן די לאקאלע מוסולמענער לענדער שפירן באקוועם אנטייל צו נעמען אין דעם קריג, און זאלן זיי זיך ספראווען מיט די לאקאלע פראבלעמען. אויב זאגט אמעריקע כסדר קלאר אז זי קוקט אן איסלאם ווי א פרידליכע רעליגיע, וועט זיין אסאך גרינגער צו עררייכן אזא קאאפעראציע.

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר