מסע ארץ הקודש-באבוב

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
גאליציאנער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 11, 2014 6:59 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

מסע ארץ הקודש-באבוב

שליחה דורך גאליציאנער »

לאור בקשת הרבים וויל איך דא אראפברענגן בתכלית הקיצור דער סדר הימים פון דער דערהויבענע מסע ארץ הקודש לתועלת הקוראים פאר די וואס האבען נישט געהאט די זכיי' מיטצוהאלטען די מעמד אדיר. איך בעט זיך ביים עולם בכל לשון של בקשה נישט צופארצימעס'ן די אשכול נאר האלטען ריין איבער די עובדות פונעם נסיעה און דער סדר היום אזוי ווי די מעמדים זענען פארגעקומען.

מאנטאג י"ג שבט: ביינאכט איז פארגעקומען א באזיך ביים גאב"ד ירושלים שליט"א, ווי ס'איז פארגעקומען א הערליכע שמועס בדברי תורה און אלטע מעשיות צווישען דער גאב"ד שליט"א און דער רב זכרונו לברכה, דער רב האט גזאגט פאר'ן גאב"ד אז ס'שטייט ויחן את פני העיר דארף מען קודם באזיכען דער ערשטע זאך דער רב פון שטאט און דער גאב"ד האט געזאגט אז ער האט געהערט דער זעלבע זאך פונעם רב זצוק"ל. דער שמועס האט זיך צוגעענדיגט מיט דברי ברכה און דער גאב"ד האט באגלייט רבינו שליט"א ביז'ן קאר. נאכדעם וואס רבנו שליט"א האט זיך אריינגעזעצט איז ער צוריק ארויס און געבעטן דער גאב"ד א ברכה אז ער זאל האבען הצלחה און דער נסיעה, און מ'האט זיך געזעגנט בשלום.

דערנאך האט רבנו שליט"א געגאנגען באזיכען דער בעלזא רב שליט"א, ווי ס'איז געווען א שמועס פאר איבער א שעה און ד"ת סיפורי צדיקים און אלטע מעשיות צווישען באבוב און בעלזא. גלייך און דער אנהייב האט דער בעלזא רב שליט"א געגעבן א מתנה פאר רבנו שיט"א א בריעף וואס איז געשריבען געוואען דורך דער קדושת ציון זצ"ל הי"ד צום מהרי"ד מ'בעלזא זצ"ל. נאכען לאנגע שמועס האט דער בעלזא רב זיך געזעגנט פון רבנו שליט"א און אראפ באגלייט ביזן קאר.


דינסטאג נאכט ט"ו בשבט: איז פארגעקומען די דערהויבענע קבלת פנים פאר רבנו שליט"א און קרית באבוב בשילוב מיט א טיש לכבוד חמשה עשר בשבט. ס'האט זיך אנגעבויבען מיט שירה וזמרה למשל קול רינה, צהלי ורוני, און דער עולם האט מיט א פרייליכע גיסטע געטאנצען פון שמחה מקבל צו זיין פני רבינו שליט"א. דערנאך איז די מצב אריבער צו א חמשה עשר טיש, ווי רבינו האט נושא ונותן געווען און די חשיבות פון פירות ארץ ישראל, און דערנאך געגעבן א פייערדיגע שמועס אויפ'ן נושא פון די השפעה וואס א סביבה האט א השפעה אויפ'ן מענטש, געברענגט לשונות הרמב"ם און הלכות דעות, און מיט דעם מסביר געווען די דמיון פון "האדם עץ השדה", מיט א כרשונדיגע צושטעל פון די סוגיות און לא יחפור פון הרחקת ניזקין.
נאכען טיש איז דער עולם אריבער פאר איבער צוויי און א האלב שעה געבן שלום פאר רבינו שליט"א.


דאנערשטאג: קודם איז רבינו געגאנגען באזיכען דער גערער רבי שליט"א, און דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד אהבת קדומים און קבלת פנים פון מוסדות כולל חיבת ירושלים, און הר נוף. רבינו שליט"א איז אריינגעקומען און קודם האט דער גאב"ד ירושלים שליט"א גערעדט אפאר ווערטער לכבוד דער קבלת פנים. דערנאך האט רבינו שליט"א געגעבן א הערליכע דרשה, ע"פ דברי הצל"ח און מסכת ברכות, און געבויט יסודות אויף תשובות פון אבני נזר און ר' יוסף ענגיל, אויפ'ן ענין פון געבן צדקה פאר'ן דאווענען פאר עניי א"י. און מיט דעם האט ער פארענפערט אסאך שיינע מדרשים און צוגעשטעלט א מליצה אויף "הרבה דרכים למקום", ע"פ א וועלטס באקאנטע ווארט פון דער רב זצוק"ל אויפ'ן גמרא פון "אפשר שעברתי על מקום שהתפללו בו אבותי". בשעת דער מעמד האבען באטייליגט אדמו"ר מדישונסקי, אדמו"ר מתולדות אהרן, אדמו"ר מראחמיסטריווקה, אדמו"ר מסטראפקוב, אב"ד טשאקאווא, הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער, הרב אהרן מרדכי רוקח, און אסאך נאך.

דערנאך זענען געפארען 25 עקארדיון באסעס צו קבר רחל אמנו. מחמת דער גרויסע עולם איז נישט געווען במציאות אריין צוגיין ביי דער קבר, דערפאר האט מען צוגעשטעלט סקרינס אינדרויסען פאר די עולם מיטצוהאלטען דער אמירת תהילים. קודם האט רבינו שליט"א גערעדט אפאר ווערטער און בדמעות שליש נאכגעזאגט לשונות הזוהר און פרשת שמות אויפ'ן פסוקים והנה הנער בוכה. און מיט דעם מסביר געווען דער ענין פון רחל מבכה על בניה יש שכר לפועלתיך. דער טיפע קרעכצן ליגען איינגעקרוצט און די ביינער און דער הייסע תפילות און טרערן פון טויזענטער אידען צוזאמען וואס האבען געדאווענט בקול בכי, וועלן ווערן אפגעשריבען און דער היסטאריע ביכער פון כלל ישראל. יה"ר שתתקבל תפלתינו ברחמים. ווי זאגט מיך איינער נאכען תפילות וואס איז אנגעקומען יענער אונדערפרי, "מיין נסיעה האט זיך שון אויסגעצאלט פון יעצט און ווייטער איז עס הכל ריווח".


עש"ק: איז רבינו אריינגעקומען צו טלית לייגען. דערנאך איז געווען תפילת מנחה. רבינו שליט"א האט געדאווענט פארן עמוד, און דערנאך האט דומ"ץ קהלתינו הרה"ג חיים יעקב טויבער שליט"א געדאווענט קבלת שבת. די תפילות האבען געדינערט און דער אוהל הענקי, און דער פראכטפולע לכה דודי פונעם קדושת ציון זצ"ל געדענק איך נישט אזוי נתעורר צו ווערן פונעם ניגון.
נאכען דאווענען האט רבינו שליט"א געוונטשען פארן עולם גוט שבת אויפן ארון קודש אלע צוזאמען היות צו קענען זאגען גוט שבת פאר יעדער איינער וואלט געווען א מעשה פון כאטש צוויי שעה. ס'איז געווען א רייכע סעודה צוגעשטעלט פאר אלע משתתפים באוהל התפילה גלייך נאכען גאווענען, ווי רוב עולם האט געגעסן צוזאמען בהשתתפות דער דיין, דער ראש ישיבה, און אונדערע אנשים מכובדים.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום טיש בערך 9:45 און אנגעהויבען מיט דער צאנזער שלום עליכם, קידוש האט אדורך געקלונגען דער גאנצע אוהל הענקי, און בשעת אמירת תורה האט רבינו שליט"א מורעדיג מקצר געווען היות ס'איז געווען גערידער פון אונדרויסען פון הונדרעטער פרעמדע אידען וואס האבען נישט געהאט די זכיי' ארייצוגין און דער אוהל הטיש מחמת חוסר מקום.

רבינו שליט"א האט בקיצור מסביר געווען א לכו"ע בשבת ניתנה תורה, כדי אז אפילו און די מתחילה עלה במחשבתו צו געבן די תורה מיט מידת הדין, זאלען מען קענען דורך שמירת שבת מבטל זיין די דינים וואס דורך שמירת שבת ווערט מען א שיתוף במעשה בראשית, און א שיתוף קען מוחה זיין אויף אלעס וואס דער צווייטער שיתוף טוט. דערנאך האט מען געזונגען "יום שבתון אין לשכוח" מיט גרויס התעוררות, "לבל יעבור בם מקרה רע" וכו' וכו'.

דערנאך האט מען געזונגען כל מקדש, און בשעת מעשה האט רבינו שליט"א מסביר געווען די פיוט "משוך חסדיך ליודעיך קל קנה ונוקם נוטרי ליום השביעי זכור ושמור להקם" ע"פ הנ"ל בטוב טעם ודעת שפתים יושק.

דערנאך איז געווען, מנוחה ושמחה, מה ידידות, מעין עולם הבא, יום שבתון וכו', ברכת המזון, למקדשך טוב, תנו שבח. און מ'איז אריינגעגאנגען און דער אוהל התפילות צו טאנצען א לענגערע צייט. דערנאך איז מען אריבער רבינו שליט"א זאגען גוט שבת.


אדערווייל האב איך מצליח געווען צושרייבען דער ערשטע חלק, ביז שבת אונדערפרי, ואי"ה המשך יבא.

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר