יסודות פון אמונה 1 כוזרי

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
ווארט זאגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 199 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

יסודות פון אמונה 1 כוזרי

שליחה דורך ווארט זאגער »

בס"ד
איך וועל זיך מתנדב זיין אנצופאנגען א אשכול אין די נושא פון אמונה דער עולם ווערט געבעטען צוצוהעלפן אבער כדרכה של תורה אפצולערנען די סוגיא ריכטיג צו פארשטיין. די תכלית פון די אשכול איז נישט טענה'ריי לכאן ולכאן נאר צו ארויס האבען די יסודות האמונה וואס די ראשונים האבן אראפגעשטעלט.
אין די ראשונים האב איך נישט געטראפען מ'זאל זיך ספראווענען בכלל מיט פאלנע אפיקורסים וואס זענען מכחיש אין מציאות הבורא. דאס מיינט אז כנראה איז נאך נישט געווען אזא מציאות אין יענע צייט! די גאנצע וואס זיי ברענגען איז אריסטו וואס האט אוודאי געגלייבט אין מציאות ה' ווייל ס'איז דאך פשוט אז ס'מוז זיין א בורא צו די בריאה ווי ווייטער ערקלערט, נאר וואס דען? אים האט געשטערט א קשי' אז וויאזוי קען מען זאגען אז דער אייבערשטער וואס איז בלי גבול האט א שייכות צו די בריאה וואס איז א מוגבל. און וועגן די קשיא האט ער געקענט באשטיין אנצונעמען דוחקי דוחקים אז עולם קדמון (וואס היינט אין סייענס איז עס שוין לאנג אפגעפרעגט) אבי צו פארענטפערן די קשיא.
קודם וועל איך אראפברענגען די יסודות האמונה. און נאר נאכדעם וועל איך ברענגען וויאזוי וואס די ראשונים שרייבען וועגן די קשיא פון אריסטו.
עס איז דא צוויי מהלכים אין די ראשונים וויאזוי צוצוגיין צו די נושא. דער מהלך פונם כוזרי, און דער מהלך פון חובת הלבבות והרמב"ם ועוד. דער מהלך פון כוזרי איז בעצם דער יודישער מהלך וואס איז געבויעט אויף די פסוקי התורה, און אויך איז עס פשוט פארשטענדליך פאר יעדעם איינעם אן קיין טיפע חקירה, נאר פשוט מצד היסטאריע. דער אנדערער מהלך איז געבויעט אויף שכל הישר אז ס'מוז זיין אז יש מנהיג לבירה והעולם מחודש. לאמיר אנפאנגען פון די מהלך פונם כוזרי ווייל ס'איז מער פשוט.
דער מהלך פון כוזרי איז אז וויבאלד עס איז קלאר אז דער אייבערשטער האט זיך באוויזען פאר כלל ישראל און געגעבן די תורה אויב אזוי איז קלאר אז ס'איז דא א מנהיג לבירה און וויבאלד דער אייבערשטער האט געזאגט אז ער האט באשאפען די וועלט אויב אזוי איז דאך קלאר אז העולם מחודש. און נישט קיין חילוק וועלכע קשיא מ'גייט האבען אז וויאזוי קען זיין אז דער אייבערשטער זאל האבען רצונות וואס ער וויל פונקטליך און אויך וויאזוי קען ער רעדן צו א מענטש אויב ער איז בלי גבול אבער ס'איז א מציאות אונז האבען עס געזעהן. איז איינמאל מ'האט הוכחות אז די תורה איז געגעבן געווארען פאר אונז אויפן בארג סיני איז קלאר פאר אונז די יסודות האמונה. און דאס איז בעצם די פשוטע צוגאנג פון אמונה וואס איז געבויעט די פסוקי התורה ווי משה רבינו זאגט נישט איינמאל און נישט צוויי מאל 'אתם ראיתם כי מן השמיים דיברתי עמכם' (שמות כ, יט). 'אתם ראיתם את כל אשר עשה ד' לעיניכם' (דברים טז, ט). 'אתם ניצבים היום כולכם' 'ה' אלוקינו כרת עימנו ברית בחורב, לא את אבותינו כרת ה' את הברית הזאת כי איתנו אנחנו אלה פה היום כולנו חיים, 'פנים בפנים דיבר ה' עימכם בהר מתוך האש'. אז וועגן דעם האט דער אייבערשטער געמאכט די אלע ניסים וגלויים נאר כדי עס זאל זיין קלאר פאר כלל ישראל אז דער אייבערשטער האט אונז ארויס געצויגען פון מצרים אונז געמאכט פאר זיין עם סגולה וגוי קדוש און געגעבן פאר אונז די תורה.
דער כוזרי שרייבט אויף אריסטו (געבויעט אויפן רמב"ם) אז בעצם איז סאך גרינגער צו ברענגען ראיות אויף חידוש העולם ווי אויף קדמות העולם, נאר וויבאלד אריסטו האט נישט געהאט קיין אמונה'דיגע בעגראונד, ווייל עס איז נישט געווען קיין חכמים אין יון פאר די צייטן פון די פילוסופים. ווייל בעצם איז נישט געגעבען געווארען די חכמה פאר די בני יפת נאר פאר די בני שם, נאר נאך כיבוש פרס ומדי האבען זיי געטראפען דארט די חכמים און די ספרי חכמה און זיי האבען זיך אנגעפאנגען אויסצולערנען די דברי חכמה. איז וועגען דעם האט ער אנגעפאנגען אלעס פון אנפאנג וואס זיין קאפ זאגט אים! און זיין קאפ האט פארשטאנען אז ענדערש זאל שטימען די חוקי הבורא כביכול, דהיינו אז וויבאלד דער אייבערשטער איז בלי גבול קען ער נישט האבען קיין שייכות צו די בריאה, און וועגען דעם וועט מען זיך דוחק זיין און אנעמען קדמות, ווי איידער גיין פארקערט אז ווען מ'קוקט אויף די בריאה מוז מען זאגען אז ס'דא א בורא, איי דער בורא איז בלי גבול, אבער מיר פארשטייען נישט חוקות הבורא כמאמר החכם 'אילו ידעתיו הייתיו', און מיר וועלן דארט זיך דוחק זיין און זאגען אז נברא פארשטייט נישט צו בורא, אבער צו בריאה פארשטייט מען יא און מצד בריאה מוז מען זאגען אז יש בורא לבריאה.
דאס איז דער רמב"ם וואס איז געווען א גרויסע חסיד פון אריסטו, אבער די אנדערע ראשונים זענען זייער שארף אויף אריסטו און רופען אים אן רשע! ווייל ווי איז דאס געהערט געווארען? קומסט דיך אן און פאנגסט אן צו זאגען סברות אפשר גייסטו מאכען ריסערטש! הער וואס חכמים פאר דיר האבען געהאט צו זאגען! פארוואס האט ער נישט געהערט וואס שמעון הצדיק האט צו זאגען?
לאמיר זיך פארשטעלן אז ס'קומט אן היינט א וויסענשפטלער און ער זאגט אז ער וויל וויסען דעם אמת וואס איז פאר געגאנגען אין די געטאס און אין די לאגערן, פון איין זייט זאגען די יודען אז מ'האט געהרגעט מיליאנען יודען, אבער פון דער אנדערער זייט זאגט אכמעדינידזשאד אז ס'איז שטותים! ממילא גייט ער קודם אריין טראכטען מסברה קען עס זיין אז א פארגעשריטענע פאלק זאל זיך אזוי אויף פירען אינם 19'טן יאר הונדערט אדער נישט, און נאכדעם וועט ער גיין מאכען פארשונגען אויב די היינטיגע אוישוויץ איז אמת אזוי געווען ביי די מלחמה אדער ס'איז געבויעט געווארען נאך די מלחמה אלס טוריסטען אטראקציע וכו'. יעצט אזא מענטש איז לכו"ע אדער א שוטה אדער האט ער נגיעות צו לייקענען ווייל נישט אזוי פארשט מען אויס א היסטארישער פאקט געבויעט אויף עדות פון טויזענטער מענטשן, און די נאציס אליינס האבען מודה געווען דערין אין משפט אין נירנבורג. די זעלבע זאך קומט זיך אן אריסטו און ער פאנגט אן צו זאגען סברות?! נישט דאס איז דער צוגאנג אויסצופארשען אזאך וואס איז אנגענומען אין היסטאריע בלי שום חולק!.
די ערשטע זאך לאמיר זעהן פארוואס קען מען נישט זאגען אז משה רבינו האט אליינס געמאכט די תורה הקדושה. און נאכדעם לאמיר זעהן פארוואס קען נישט זיין אז די תורה איז אנגעקומען ערגעץ אינמיטען די היסטאריע.
ווען א מענטש קומט דערציילען א מעשה וואס איז געשעהן מיט אים און ער האט נישט קיין שום ראי' אדער עדות אז ס'איז אמת אזא זאך וועט נישט ווערן אנגענומען אלס א פאקט אין היסטאריע ביי קיין שום נארמאלע מענטש. אזאך וואס איז דא עטליכע עדות אויף דעם קען מען שוין נעמען אין אכט, אבער ס'איז נאך אלס נישט קיין אנגענומענע פאקט אויף 100 פראצענט זיכער ווייל אפשר זענען זיי א באנדע שווינדלערס, אבער ווען טויזנטער מענטשן אדער גאר מיליאנען מענטשן זאגען עדות די זעלבע זאך ממש, דעמאלס איז זיכער אז ס'איז אמת ווייל ס'נישט מעגליך אז אזויפיל מענטשן זאלען אלע זיין שווינדלערס און זיי זאלען זיך נישט סותר זיין. אויב דערציילען מיליאנען מענטשן א זאך וואס האט פאסירט נישט איינמאל נאר במשך אסאך יארען דעמאלס מוז זיין אז ס'איז אמת ווייל אויב ס'איז נישט אמת וועט זיין זייער גרינג עס אפצופרעגן.
למשל וויאזוי ווייסען מיר אז קלומבוס האט אויסגעטראפען אמעריקע? ווייל אין יענע צייט איז עס געווען א דבר מוסכם ביי יעדעם איינעם. וויאזוי ווייסען מיר אז ס'איז געווען די ערשטע וועלט מלחמה ווייל מיליאנען מענטשן זאגען עדות אויף דעם. און די זעלבע זאך ביי אלע היסטארישע פאקטן.
אויב אזוי אויב גאנץ כלל ישראל זאגט עדות יעדער איינער דור אחר דור מכל קצוי תבל אז ס'איז אמת די תורה אויב אזוי קען מען דאך עס נישט אפפרעגען. ווייל ווען משה רבינו האט איבער געגעבן די תורה פאר כלל ישראל און ער זיי געזאגט ענק זענען אליינס עדות אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטוען מיט ענק און ענק האבען געזעהן מעמד הר סיני, יעצט אויב איז עס נישט אמת וואלטען זיי אלע געזאגט שטותים! נאכמער וועגען דעם דארף מען נאך האלטען א שווערע תורה! וואס מיום דעתי אתכם ממרים הייתם ס'איז קיינמאל נישט גרינג געווען צו היטען די תורה אויף וואס איז עס געבויעט אויף דעם וואס איך כלומפשט האט געזעהן? אויב ס'נישט אמת וואלטן יודען קיינמאל נישט מקבל געווען די תורה.
ס'שטייט אין די תורה פונקטליכע יארען אין א פונקטליכע תולדות הדורות מאב לבן אויב וואלט עס נישט געווען אמת אין יענע צייטען וואלטען די יודען געקענט זייער גרינג אפרעגן די גאנצע זאך! אויב ביי יודען זענען נאך געווען דעמאלס מענטשן וואס האבען געדענקט יעקב (סרח בת אשר) און יוסף (בני מכיר בן מנשה) וואס יעקב האט נאך געדענקט אברהם און עבר וואס האבען נאך געדענקט שם בן נח, איז נאך געווען דעמאלס אויך ביי די גוים פון מצרים און כנען וואס האבן נאך געדענקט חם, וכו' ס'איז געווען זייער גרינג צוריק צו גיין היסטאריע זעהן אויב ס'אמת.
ס'שטייט אין די תורה אז די שפראכען זענען געווארען ביי דור הפלגה נישט מער ווי 500 יאר פריער, אויב וואלט עס נישט געווען אמת וואלט געווען זייער גרינג צו טרעפן ספרים פון פאר 500 יאר צו זעהן וועלכע שפראך איז עס געווען, אזוי ווי היינט טרעפט מען נאך פון כתב חרטומים און מצרים.
בכלל איז דא אין די מעשיות פון די תורה פרטים ופרטי פרטים אויב וואלט עס געווען א שווינדל וואלט ער זיך קיינמאל נישט אריינגעלייגט אין אזויפיל פרטים אז ס'זאל זיין אזוי גרינג אים צו כאפען מיט א ליגענט נאר וויבאלד עס אמת שטייט פונקטליך די פרטים וואס איז געווען.
מ'קען נישט זאגען אז איינמאל איז אנגעקומען א שווינדלער און אריין געברענגט די תורה אין די יודישע היסטאריע. ווייל קודם כל ווען איז עס געשעהן? יודען האבען א פונקטליכע היסטאריע לפרטי פרטים, און קיינער ווייסט נישט פון אזא זאך. נאכמער מ'קען נישט לייקענען א היסטאריע פון טויזנט יאר וואס איז באמת די היסטאריע פון יודען פון ווי קומען זיי, מקען נישט דערציילען א בוידעם אז א גאנצע פאלק איז געווען אין מצרים און ארויס און מלחמה געהאלטען מיט די כנענים וכו' פרטי פרטים פאר מער פון טויזנט יאר און קיינער פון די היסטאריקער האט עס נישט אפגעפרעגט במשך טויזענטער יארען, נישט די נוצרים און נישט איסלאם האבען עס אפגעפרעגט און זיי האבען נאך געמוזט בויען אויף דעם! נאכמער אויב ס'וואלט געווען מעגליך צו מאכן אזא זאך פארוואס האבן נישט די נוצרים געקענט נאכמאכען די זעלבע פארוואס האבן זיי געמוזט דערציילען אז איין יחיד האט באקומען א נבואה צו טוישן רעליגיע אלא מאי מ'קען נישט דערציילען אז מיליאנען מענטשן האבן געזעהן א זאך ווען ס'נישט אמת.
אויב ס'וואלט געווען א שווינדלער ווען יענער שווינדלער איז אנגעקומען צו כלל ישראל און דערציילט היסטאריע כלומרשט און וועגען דעם מחייב זיין כלל ישראל מיט אסאך שווערע מצוות וואס אסאך פון דעם פארשטייט מען ניטעמאל. פארוואס האבען יודען דעמאלס נישט געפרעגט זייער עלטערן און געוואיער געווארן אז ס'איז שטותים קיינער ווייסט נישט פון די אלע מעשיות וואס איז כלומר'שט געשעהן צו זייערע עלטערן.
די חגי ישראל זענען א ראי' ווייל עס לזכר יציאת מצרים, ס'נישט מעגליך אנצופאנגען א זכר ליום וואס מ'געדענקט נישט פארוואס מ'מאכט א זכר. למשל יעצט וועט אנקומען איינער און מאכן א פורים יוצאי אונגארען ווייל טויזנט יאר צוריק איז געווען א נס פאר די יודען וואס האבן געוואינט אין אונגארען.. ס'גייט נישט אזוי עס דארף זיין באותו זמן, קיימו וקבלו עליהם ועל זרעם להיות עושים.. (הרב אמנון יצחק)
היינטיגע מחזירי בתשובה האבן נאך הוכחות פון נבואות שהתגשמו, דהיינו נביאות וואס מען קען נישט זאגען אז מ'האט פאראויס געזעהן אז ס'גייט זיין ווייל זיי האבן נישט קיין גלייכן אין היסטאריע און ס'איז מקויים געווארען. וועגן דעם אין אן אנדערע אשכול.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ווארט זאגער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ס'נישט דא קיין כופר! ס'דא וואס האבן קשיות און נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מענטש וועם צו פרעגן...
ס'נישט דא קיין אפגעפארענע! ס'דא וואס האבן נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגן מורה דרך...

דער אשכול פארמאגט 379 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר