וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

וומ"ס: שיעור ביסודות הדת פון הרב מזרחי ליל שישי פ' צו

שליחה דורך אךשמח »

מיט פרייד קום איך צו אייך טייערע חברים מיט די גאר גוטע און היסטארישע נייעס.

ר' יוסף מזרחי קומט קיין וויליאמסבורג קומענדיגן דאנערשטאג ביינאכט פון אכט דרייסיג ביז... ווען ס'וועט זיך אויספעלן...

עס איז קיין סוד אז אין וויליאמסבורג פונקט ווי אין אנדערע היימישע געגנטער, און נאך פיל פיל מער, לאזט מען נישט פרעגן קיין גאנץ נארמאלע פראגעס איבער פשוטע יסודות היהדות און אפגערעדט פון צו לערנען דעם עולם איבער די וויכטיגקייט פון אונזער אמונה און מיט וואס אונזער רעליגיע איז מיט עפעס אנדערש ווי די טויזנטער רעליגיעס וואס דרייען זיך איבער די וועלט.

איך דערמאן זיך צוריק מיט יארן ווען מיין קאפ האט מיר אנגעהויבן שווינדלען און ס'האט מיר אנגעהויבן שווער ווערן פארשידענע שאלות, וואס באמת זענען זיי בכלל נישט געווען קיין שווערע פילאזאפישע קשיות, אבער איך האב נישט געהאט וועמען צו פרעגן. למשל, מיר איז שווער געווען פארוואס און מיט וואס איז אונזער אידישער רעליגיע מער ווי למשל דער קריסטליכער וואס האבן א ביליאן נאכפאלגער?

אט די פשוטע און באמת אומשולדיגע פראגע האב איך נישט געהאט וועם צו פרעגן, און ווען איך האב עס געשטעלט האט מען מיר אפגעוואנדן מיט אזעלכע נארישע תשובות אז איך האב אנגעהויבן צו טראכטן צי בין איך משוגע אדער מיין גויאישער שכן?

אלנפאלס, גאט האט מיר דאן געהאלפן און האט מיר צוגעשיקט די ענטפערס מיט א קלארקייט אז מיין אמונה איז מיר געווארן שטארקער ווי סיי ווען, אבער די ישועה איז מיר געקומען נישט פון א 'היימישן'.

איך וויל דא נישט אריינקריכן אין מיינע אייגענע קישקעס, אבער איך וויל צוקומען צו דעם אז ברוך השם היינט האלט מען שוין אביסל בעסער און עס זענען דא אנשים כערכנו, יונגעלייט וואס ווילן אז מען זאל זיי יא לערנען דעם ריכטיגן לערע און וויסנשאפט איבער די אמתדיגקייט פון זיין רעגליגיע און איר תורה, און די נייעס קומט אן אז ר' יוסף מזרחי וועט זיין אין וויליאמסבורג קומענדיגע וואך. א פלאץ וואס מען האט נישט גע'חלומ'ט עטליכע יאר צוריק אז מען וועט אזא איינעם לאזן רעדן דא. וויליאמסבורג איז דאך א הייליג שטאט וואס א איד א מגולח טאר דערין קיין דריסת הרגל נישט האבן...

דא זענען עטליכע לינקס צו האבן א בליק איבער וועם די רעדע איז:

הרב מזרחי'ס וועבזייטל‬

אביסל איבער דעם חשובן איד

דער אשכול פארמאגט 41 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר