"מאמי! העלף מיר", 7 חרדישע קינדער טויט אין שרעקליכע פייער

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5131 מאל

"מאמי! העלף מיר", 7 חרדישע קינדער טויט אין שרעקליכע פייער

שליחה דורך ראשעקאל »

ווערטער קענען נישט אפמאלן די שוידערליכע טראגעדיע וואס האט זיך אפגעשפילט דעם שבת אין פלעטבוש/מידוואד, ברוקלין ווען ווילדע פלאמען האבן דורכגעריסען די הויז פון די חרדישע ששון משפחה און נעבעך אומגעברענגט 7 קינדער פון איין משפחה ר"ל.

די נפטרים זענען יעקב - 5 יאר אלט, שרה 6, משה 8, יהושע 10, רבקה 11, דוד 12 און אליענה 16.

איין איבערגעבליבענע קינד, 15 יעריגע צפורה בת גילה, איז קריטיש פארוואנדעט צוזאמען מיט די מאמע גילה בת צפורה, נאכ'ן ארויסשפרינגען פון די פענצטער.

די פייער האט אויסגעבראכן נאך 12 פרייטיג צונאכטס פון א האט פלעיט אין די קאך, און האט זיך שנעל צושפרייט צו די גאנצע הויז. די שרעקליכע פלאמען האבן נישט צוגעלאזט די מאמע ראטעווען אירע קינדער וואס זענען געוועהן אויף די דריטע שטאק און זי איז ארויסגעשפרינגען פון א פענסטער מיט די טאכטער ריפן פאר הילף.

איין שכן האט געהערט קולות פון די דריטע שטאק "מאמי, מאמי! העלפ מי!" אבער ליידער האבן שוין די פייערלעשער נישט געקענט ראטעווען די קינדער.

די טאטע איז אוועקגעפארן אויף שבת צו א קאנפרענץ און עס האט גענומען פאר די פאליציי אפאר שעה ביז מ'האט אים געטראפען אין שוהל און דערציילט די שוידערליכע בשורה.

אוי רבונו של עולם

https://youtu.be/BzuuteqRAv0

https://youtu.be/YJClDjwZRZ4


http://mobile.nytimes.com/2015/03/22/ny ... -fire.html

http://m.bhol.co.il/Article.aspx?id=81396

http://www.ynetnews.com/articles/0,7340 ... 78,00.html

http://m.nydailynews.com/new-york/brook ... -1.2157746

http://nypost.com/2015/03/21/3-kids-kil ... lyn-blaze/

http://www.dailymail.co.uk/news/article ... -fire.html

http://mobile.nytimes.com/2015/03/22/ny ... afety.html

http://abcnews.go.com/US/wireStory/fire ... e-29804985

http://edition.cnn.com/2015/03/21/us/br ... en-killed/
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!

דער אשכול פארמאגט 172 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר