בעפארצוגט איר טאקע...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רוח קדים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:40 am
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל

בעפארצוגט איר טאקע...

שליחה דורך רוח קדים »

געלע און שווארצע דשעלי-ביענס איבער אנדערע קאלירן, זויערע סארבעי פלעיווארס נוסח גרעיפ-פרוכט איבער דורכשניטליכע, פארווע אייז-קריעם איבער מילכיגער, דייעט ווייטאמין-וואסער, פסח'דיגע קעיק איבער חמצ'דיגע, חמצ'דיגע מצות איבער פסח'דיגע, פשוט'ע אומגעזאלצענע ניסלעך איבער געבראטן און געזאלצן, ברוינע דיקליכע טשולענט בונדלעך, ריב-סטעיק לייכט געגרילט, בלאס-קלעבעדיג פאטעטא קוגל איבער קרעטשניפדיג אווער-נייט, האלאודזשין העד-לייטס איבער HID אדער LED, ווייכע חלה איבער ראפאגאש, גרין-געלן פריז-פאפ איבער די תכלת ארגמן ותולעת שני'דיגע, קאמערציאלע צי אינדאסטריאלע טאמעטא-דיפ, טשולענט אין א טאפ איבער א קראקפאט, וואנילא-לעבען איבער טשאקאלאד אא"וו.

געוויסע זאכן פון דער ליסטע איז לאו דוקא אויסגעשטעלט צו זיין בעסער, נאר ס'איז עפעס שהזמן אדער מצב גרמא. די שאלה איז צי ס'איז דא חברה וואס גלייכן דאס עקשעלי מער. לדוגמה בין איך געווען אין א טייערן רעסטוראנט, האבן זיי געגעבן אזא מין זויערן סארבעי, און ס'איז מיר באלד געקומען אין געדאנק צי דאס האט דען א דורכשניטליכער מענטש מער ליב ווי עפעס א סטראבערי פלעיוואר למשל. אזוי אויך מיט די געלע דשעלי-ביענס. עווער סינס איך דענק אז כ'האב געזען קינדער אדער ערוואקסענע כאפן דשעלי-ביענס, קלייבט יעדער די רויט, בלוי, פערפל וכדו'. דאס איבריגע שטייט אייביג פאר'יתומ'ט. מיין שאלה איז פארוואס זאל א געלע דשעלי האבן די זעלבע רעכטן ווי א רויטע? איך בין א ראסיסט?

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר