פון הונטער די קוליסן..

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

פון הונטער די קוליסן..

שליחה דורך קפנדריא »

געווען א סטאדע מיט שעפעלעך וואוילע,
שפאצירט געמיטלעך אין א פעלד א פרייע און א הוילע,
זיך געהאלטן געהעריג אין די ראמען,
וויסנדיג פון וואו זיי שטאמען,
אומבאמערקט האט דאס פאסירט,
ווען עטליכע שעף האבן די איבעריגע פארפירט,
אנגעהויבן פאשען אין די זייטן,
זיך גענומען אין די מאסן אהינרייטן,
ס'איז דורך א שטיקל זמן,
און מ'זעט ווי ס'פארפארט די באן,
מ'פאלט שוין כמעט אראפ פון די שינעס,
באין דעת שכל ותבונות,
די מצב קוקט אויס קריטיש ביז גאר,
ס'פעלט נאך ממש א האר,
און באלד וועט מען זיך טרעפן אויפ'ן אנדערן זייט פלויט,
מ'וועט פארלירן די הבחנה צווישן שקר און קשוט,
דערווייל בלאנדזשען די שעפעלעך אין די וויסטעניש,
זעטיגן זיך אן מיט תוהו ובוהו און פוסטעניש,
די פאסטוכער גיבן זיך א כאפ,
מיר מוזן צו דעם מאכן א סטאפ,
קוק ווי די שעף גליטשן אראפ,
טראסקענען און לויפן מיט גאלאפ,
פון ווי קומט צו זיי אזוינע השגות,
דעות זרות ומופלגות,
דאס מוז זיין געוויס,
ווייל זיי האבן אין נישט ריכטיגע פלעצער געגעבן א ביס,
גענומען פון פרעמדע פעלדער יניקה,
מ'דארף דא מאכן א ערנסטע בדיקה,
ולא תהי זאת לנו לפוקה,
נישט אריינקריכן ווייטער אין די שוחה עמוקה,
לאמיר מאכן א קורצן אפשטעל,
איבערקוקן אונזער אונטערערדישע צעל,
זיך צוריק אריינשטעלן אין די גלייזן
און פון ריינע קוועלער זיך ווייטער שפייזן,
צוריק ארויפברענגען די ניווא פון די טשערדרע,
צו די צופרידנהייט פון די רועה עדרא,
די אומשולדיגע שעפעלעך זעען אז עפעס הייס גייט פאר,
וואס איז דאס, זעמיר נאך אין חדר גאר?
איינער זאל ביטע מאכן קלאר,
פארוואס וויל מען אונזער פרייהייט צוימען,
טוען די אויפגעקלערטע שעף שוימען,
מיר וולן נאך מאכן אן אויפשטאנד,
און אריבערפליכטן צו אן אנדערע לאנד,
אדער גיט איר אונז קלאר צום פארשטיין,
אז נישט נסעה ונלכה מיר וועלן גיין!
טייערע שעפעלעך הארכטס מיך אויס,
וועט איר פון די נעפל שנעל ארויס,
בארויאיגט אייער צארן און חרון,
מיר קענען נישט לאזן די זאך אינגאנצן צופארן,
אונז ווילן נישט מאכן קיין שוועריגקייטן און לאסט,
אבער איר מעגט האבן אין אונז אביסל טראסט,
מיר טראגן אייך אגאצן ליבן יאר אויף די פלייצעס,
דאס איז א שווערער עול צו האלטן און פירן די לייצעס,
ס'נעמט אסאך צייט און לחץ,
און מיר פארדינען נישט יעצט די אלע מכות ומחץ,
לאמיר ווייטער פארן על מי מנוחות, לימים ושנים טובים וארוכות..
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר